בנות מלכים בלעטל גליון מט תשס"ט המשך

בנות מלכים מט - - בנות מלכים מט המשך - - צוריק צו בנות מלכים בלעטל


מעשה שהיה תשס"ז

מיר האבן געקלאפט אין אלע טויערן, מיר האבן פרובירט צו דרייען פיל שליסלעך, און דאן... האבן מיר זיך פלוצלינג אנגעשטויסן אין דעם ריכטיגן שליסל... די טיר האט זיך ברייט צועפענט... און פאר אונז איז געלעגן די לאנג-ערווארטעטע ישועה...

פאלגענד איז א פערזענליכע מעשה וועלכע אונזער משפחה האט לעצטנס מיטגעלעבט, און מיר פילן אז ס'איז א זכי' און א חוב עס מיטצוטיילן מיט די חשובע ליינערינס פון בנות מלכים. עס איז געווען עטליכע יאר נאך מיין שוועסטער בלימי'ס חתונה, און זי האט נאכנישט זוכה געווען צו האלטן אויף אירע הענט אן אייגן קינד. מיר, שוועסטערס, האבן נישט אדורכגעלאזט קיין געלעגנהייט, און געטון אלעס וואס איז געווען אין אונזער מעגליכקייט צו העלפן בלימי. די גאנצע משפחה, אריינגערעכנט די קינדער און אייניקלעך, האבן הייס מתפלל געווען און געזאגט פיל תהלים... מיר האבן געגעבן צדקה יעדן טאג און אינזין געהאט אז ס'זאל זיין א זכות פאר בלימי... מיר האבן געזאגט שיר השירים... מיר האבן געזאגט תהלים החידא פאר 40 טעג... מיר האבן געארבעט מיט די קינדער אויף זאגן ברכות און אמן הויעך... מ'האט אינזין געהאט איר נאמען ביי חלה נעמען... מיר האבן געהאפט און געווארט, און כאטש מיר האבן געוואוסט אז מיט יעדע פעולה, תפילה, און סגולה, ברענגן מיר די ישועה נאך אביסל נענטער, איז אונזער שוועסטער נאך אלס נישט געווען קיין געהאלפענע...

חוה"מ סוכות תשס"ו האט איינער פון אונזער משפחה פונקט געטראפן גליון ל"ה פון די בנות מלכים אויסגאבע. דארט האט זי געליינט די מעשה פון א קלאס וועלכע האט זיך פארגענומען צוויי קבלות אין צניעות פאר א זכות פאר זייער'ס א חבר'טע. עס איז נישט אריבער קיין גאנצע יאר פון ווען די קלאס האט אנגעפאנגען זיער "צניעות פראיעקט" ביז זייער חבר'טע איז געהאלפן געווארן מיט א קינד...! מער פון דעם האבן מיר נישט געדארפט. מיר האבן תיכף אנגערופן צום אפיס פון בנות מלכים און געבעטן זיי זאלן אונז שיקן 75 קאפיעס פון די בנות מלכים – גליון 35 , און א טעיפ פון די "בנות מלכים כינוס התעוררת". זיי האבן געזאגט אז זיי וועלן עס גערן שיקן. מיינע שוועסטערס און איך האבן זיך דאן גענומען צו דער עבודה. מיר האבן מסדר געווען א ליסטע פון אלע אדרעסן פון בלימי'ס קלאס-חבר'טעס, און מיר האבן אויך צוגעלייגט די אדרעסן פון די פרויען מיט וועמען בלימי האט געארבעט, און פון אונזערע קרובים אין איר עלטער. מיר האבן געשריבן בריוון, אין וועלכע מיר האבן דערציילט פאר בלימי'ס חבר'טע'ס, אז כאטש דער משפחה האט שוין פיל געטון פאר בלימי איז זי נאכנישט געהאלפן געווארן. מיר האבן זיך געוואנדען צו זיי מיט דער בקשה אז זיי זאלן זיך פארנעמען 2 קבלות אין צניעות פאר איר זכות. מיר האבן דאן ארויסגעשיקט די בריוו, די בנות מלכים אויסגאבע, און די טעיפ צו אלע אויף אונזער ליסטע און געהאפט אויף גוטע רעזולטאטן.

מיר האבן נישט געדארפט ווארטן לאנג... די כוס פון זכותים איז איבערגעפילט געווארן דורך די מעכטיגע שטופ פון די כח הצניעות... די השפעות טובות זענען איבערגערינען.. און ס'איז נישט אדורך קיין גאנצע יא ביז בלימי איז געווארן א "מאמע" צו א ליכטיגע יונגעלע נאך ניין יאר פון ווארטן... אין זכות פון אלע חשובע "בנות מלכים" האט אונזער שוועסטער זוכה געווען צו האלטן אויף אירע ארעמס איר "בן מלך"!!!
(געהערט פון בלימי'ס שוועסטער, וועלכע האט אריינגערופן צו בנות מלכים דערציילן די מעשה)

שטוינט נישט! עס איז גאנץ פשוט!

דאס גאטליך פארפאלק טוט יעצט די בשורה דערהאלטן פון דריי פייערדיגע געסט פארשטעלט אין מענטשליכע געשטאלטן: א הייליג אויסגעבעטן קינד א "יצחק אבינו" וועט ביי זיי ווערן געבארן אין אזא טיפן עלטער יעצט, אין די ניינציגער יארן! און אט – פונ'ם געשפרעך צווישן גאסטגעבער און די הערן דערגייען מיר דעם סוד אין וועלכע זכות מ'קען אזוי געהאלפן ווערן: "איה שרה אשתך?" וועלכע כח טוט זיך אין איר געפינען? "הנה באהל!" זי איז א צנועה! שטענדיג באשיידן, באהאלטן דערינען. און דערפאר, ביי די ניינציג ווען זי ווערט א מאמע- דערצו צו "אזא" קינד זוכה, זאלט איר נישט שטוינען דען עס איז קלאר אז "צניעות" איז א זכות, א וואפן, מיט'ן כח יעדע פרוי מיט'ן טיטל "מאמע" צו באקרוינען און מיט די חשוב'סטע קינדער ערליכע, קלוגע, בעלי מידות איר באלוינען!

ערב פסח תשס"ח בלויז געציילטע וואכן צוריק, האט די בנות מלכים אפיס דערהאלטן א פעקס וועלכע דערציילט איבער די דריטע רינגל אינ'ם קייט פון ישועות נפלאות!

מיר זענען א גרופע פרויען וועלכע זענען איינגעשטעלט אין אונזער ארבעטס-פלאץ שוין עטליכע יאר צוזאמען.

ווי עס פארשטייט זיך האבן מיר זיך באקענט איינע מיט'ן אנדערן און מיט די צייט האט זיך געשאפן צווישן אונז אלע א שטארקע פריינטשאפט. מען האלט מיט משפחה שמחות ווי אויך פארשידענע גרויסע און קליינע געשענישן אין איבערלעבענישן, מען שמועס'ט געשמאק צוזאמען, פארטוישנדיג עצות, רעצעפטן און וואס נישט...

מיר האבן זיך באלד אין אנהויב דערוואוסט אז איינע פון אונזערע באקאנטע ביים ארבעט, גאר א טייערע ווייבל, ווארט שוין קוים פאר אן אייגן קינד עטליכע יאר, אבער פון הימל האט מען ליידער איר וואונטש נאכנישט ערפילט. איר מצב איז אונז כסדר געלעגען אויפן הארץ און מיר האבן אזוי געוואלט קענען טון עפעס-אפילו א קלייניקייט!-אבער עפעס וואס זאל העלפן דערפרייען אונזער טייערע חבר'טע. עס איז אומנויטיג ארויסצושרייבן ווי אזא מצב קען ליידער צונעמען אפילו די שטערקסטע העלדין, די צער איז אזוי ביטער, די פיין אזוי טיף, און דאס האפענונג טוט אזוי גרינג אויסרינען...

פארגאנגענעם זומער האט אונז הקב"ה אונטערגעשיקט א קאפי פון "בנות מלכים" גליון 44. איינע פון אונז חבר'טעס, האט דארט געליינט א באשרייבונג וועגן שוועסטערס וועלכע האבן ארגעניזירט א צניעות קבלה צווישן די קלאס חבר'טעס פון זייער'ס א שוועסטער וועלכע האט יארן לאנג נישט זוכה געווען צו א קינד. זיי האבן געבעטן יעדע חבר'טע זיך פארצונעמען 2 קבלות אין עניני צניעות וואס זאל זיין א זכות פאר זייער שוועסטער. ביז א יאר פון ווען די חבר'טעס האבן אויף זיך פעסט גענומען די קבלות, איז די שוועסטער געהאלפן געווארן בעזהשי"ת מיט אן אייגן קינד! דארט אין בנות מלכים איז געווען ציטירט, אז דעם געדאנק האבן די שוועסטערס באקומען, פון א פריערדיגע ארטיקל אין בנות מלכים וואו אן ענליכע מעשה איז באשריבן געווארן.

"נו, אויף וואס ווארטן מיר?!" האבן מיר דאן געקלערט-פארוואס זאל אונזער אייגענע באקאנטע נישט נהנה זיין פון אזא אויסגעפרואווטע און אויסגעהאלטענע מיטל? און פארוואס זאלן מיר, אירע חבר'טעס, אליין נישט נהנה זיין פון די פיל ברכות און גליק וואס א קבלה אין עניני צניעות טוט ברענגען מיט זיך-הן ברוחניות והן בגשמיות?

באלד האבן מיר זיך גענומען דערצו למעשה און געמאכט קאפיס פון יענעם ארטיקל אין בנות מלכים, אויסטיילנדיג דאס פאר אלע פרויען אין די ארבעט. מיר האבן מחליט געווען אז אזויווי "תפסת מרובה לא תפסת", וועלן מיר זיך אונטערנעמען נישט מער ווי איין קבלה אין צניעות- אבער עס אונטערנעמען פעסט, מיט א שטארקע החלטה דאס אנצוהאלטן אויף אייביג. יעדע חבר'טע האט אליין גענומען אן אייגענע קבלה, שטילערהייט-נאר צווישן איר, און איר באשעפער. מיר האבן זיך כסדר איינעם דעם אנדערן דערמאנט דעם ענין, כדי צו העלפן פאר אלע אנצוהאלטן די קבלה, אבער אלעס איז געווען שטיל און באשיידן. "אין הברכה שורה אלא בדבר הסמוי מן העין".

ניין, עס איז נישט אנגעקומען גרינג, דער שטן איז נישט מסכים צו אזעלכע זאכן מיט א שמייכל. עס זענען געווען נסיונות, עס זענען געווען שטרויכלונגען, עס זענען געווען שוואכערע מאמענטן, אבער בעזהשי"ת האבן מיר זיך מחזק געווען, וויסנ'דיג אז אין אונזער הענט קען ליגן די שליסל צו אונזער חבר'טעס לאנג ערווארטעטע ישועה.

עס דארף אייך נישט צו זיין א וואונדער אז איך שרייב די שורות יעצט קוים געציילטע טעג נאך א דערהויבענע ברית. א ברית פון אן אויסגעבעטענעם קינד, וועלכע איז געבוירן געווארן צו אונזער באקאנטע, טייערע חבר'טע, וואס האט ניין יאר געבענקט און געהאפט צו האלטן אן אייגן קינד אויף די ארעמס. די ברית איז פארגעקומען ווייניגער ווי א יאר נאך מיר האבן זיך פארגענומען די קבלות בעניני צניעות.

ביי אונז אין הארץ איז קיין ספק נישט דא אז די זכות פון "צניעות" צוזאמען מיט "אחדות"-וואו אלע צוזאמען האבן געטון פאר איינע איז געווען א מעכטיגע וואפן, צו העלפן אויסקעמפן און אוס'פועל'ן די ישועה.