ביי א שניידער אין קאמארע

פֿון קאַדיע מאָלאָדאָװסקי


- אַ מאַנטל פֿון אַ טונקעלן געװאַנטל (= געוואנט, שטאף).

- בײַ אַ שנײַדער אין קאָמאָרע (= א נאמען פון א שטעטל),
- פֿול מיט קינדער, קײן עין הרע,
- קינדער פּיצעלעך װי מאָן
- שטײט אַ װיגל אױבן־אָן.

- איצטער הײבט זיך אָן די מעשׂה,
- נישט פֿון ציגעלעך קײן װײַסע
- נאָר אַ מעשׂה פֿון אַ מאַנטל
- פֿון אַ טונקעלן געװאַנטל.

- האָט מען אױפֿגענײט אַ מאַנטל
- פֿון אַ טונקעלן געװאַנטל
- פֿאַרן עלטסטן בחור שמואל
- ער זאָל קענען גײן אין שול.

- גײט אים שמואליק יאָרן דרײַ
- איז דער מאַנטל שפּאָגל נײַ,
- גײט אים שמואליק נאָך אַ יאָר
- איז דער מאַנטל שענער גאָר.

- אײן מאָל שמואליק טוט אים אָן
- איז דער מאַנטל קורץ אין סטאָן (= לענדן).

- װערט אַ טומל אין קאָמאָרע׃
- נאַ דיר גאָר אַ נײַע צרה!
- שמואליק טוט דעם מאַנטל אָן
- איז דער מאַנטל קורץ אין סטאָן.

- נו, איז מילא
- טוט שױן אָן דעם מאַנטל בײלע.

- גײט אים בײלע יאָרן דרײַ
- איז דער מאַנטל שפּאָגל נײַ,
- גײט אים בײלע נאָך אַ יאָר
- איז דער מאַנטל שענער גאָר.

- אײן מאָל בײלע טוט אַ שפּײַ
- פּלאַצט אין מאַנטל נעטלעך (נעטל = תפירה) דרײַ.

- װערט אַ טומל אין קאָמאָרע׃
- נאַ דיר גאָר אַ נײַע צרה!
- טאָמער בײלע גיט אַ שפּײַ
- פּלאַצט אין מאַנטל נעטלעך דרײַ?

- װאָס זשע קען דאָ זײַן דער מער?
- גײט אין מאַנטל יאָסל בער.

- גײט ער אין אים יאָרן דרײַ
- איז דער מאַנטל שפּאָגל נײַ.
- גײט ער אין אים נאָך אַ יאָר,
- איז דער מאַנטל שענער גאָר.

- אײן מאָל פֿאַלט ער אַױף די טרעפּלעך
- און אַ סוף צו אַלע קנעפּלעך. - - װערט אַ טומל אין קאָמאָרע׃
- נאַ דיר גאָר אַ נײַע צרה!
- גײן און פֿאַלן אױף די טרעפּלעך
- און פֿאַרלירן אַלע קנעפּלעך?

- און עס פּסקנט דאָס געזינדל׃ (= געזינד, פאמיליע)
- זאָל שױן גײן אין מאַנטל הינדל.

- גײט אים הינדל יאָרן דרײַ
- איז דער מאַנטל שפּאָגל נײַ,
- גײט זי אין אים נאָך אַ יאָר
- פֿעלט דעם מאַנטל נישט קײן האָר.

- אײן מאָל װערט אַ גרױסער טומל,
- אַלע שטײען אין אַ רומל, (= קרייז)
- הינדל כליפּעט אױפֿן בעט
- האָט אָנגעװאָרן אַ מאַנקעט (= מאנזשעט)!

- שרײַען אַלע, אַלע, אַלע׃
- דאָס איז דאָס אַ מױד אַ כּלה,
- ליגט און כליפּעט אױפֿן בעט!
- װי פֿאַרלירט מען אַ מאַנקעט?

- האָט שױן אָנגעטאָן דעם מאַנטל
- איצט דער ייִנגסטער בחור פּאַנטל (= פארצערטלט, מפונק).

- פּאַנטל, פּאַנטל, אַי איז דאָס אַ בחורעץ (= א יונגער בחור)!
- חבֿרט זיך מיט הינט און קעץ,
- יאָגט זיך נאָך נאָך יעדער װאָגן,
- שלאָגט זיך, װערט אַלײן געשלאָגן,
- מיאַוקעט, פֿײַפֿט און שרײַט און בילט
- און די מאַמע לאַכט און שילט.

- האָט שױן אָנגעטאָן דעם מאַנטל
- איצט אָט דער-אָ תּכשיט פּאַנטל.

- האָט ער באַלד דעם ערשטן טאָג
- אָפּגעפֿליקט אַ גאַנצן ראָג,
- און אױף מאָרגן אין דער פֿרי
- אױסגעהאַקט אַ לאָך אין קני.
- און דעם זעלבן טאָג פֿאַרנאַכט,
- אָן אַ קאָלנער אים געבראַכט,
- מיט צװײ לעכער גרױס װי אױגן
- אין די בײדע עלנבױגן.

- װערט אַ טומל אַ געשרײ,
- אַך און אָך און װינד און װײ! - אַזאַ מאַנטל, אַזאַ מאַנטל
- פֿאַלט אַרײַן צום תּכשיט פּאַנטל.

- אײן מאָל פּאַנטל איז ניט פֿױל,
- קומט צולױפֿן נאַקעט, הױל,
- שרײַען אַלע פֿאַראַמאָל,
- אַלע, אַלע אין אײן קול׃
- תּכשיט, שגץ, פֿלעדערמױז,
- װאו דער מאַנטל זאָג נאָר אױס!

- ענטפֿערט זײ דער װאױלער יונג
- מיט אַזאַ-אַָ שאַרפֿע צונג׃
- כ׳האָב פֿון אים דעם רעכטן לאַץ (= דש הבגד)
- אָפּגעשענקט דער שװאַרצער קאַץ,
- און דערנאָך דעם לינקן לאַץ
- אָפּגעשענקט דער װײַסער קאַץ.
- און די רעשטע, לאָך אױף לאָך,
- ט׳אָנקומען די צװײטע װאָך.

- װערט אַ טומל אַ געשרײ׃
- אַך און אָך און װינד און װײ
- אַזאַ מאַנטל, אַזאַ מאַנטל
- פֿאַלט אַרײַן צום תּכשיט פּאַנטל!