פֿ‏‎ון אליעזר שינדלער (1892 – 1957)


בײַם יאַראָסלאַן*

שעהן לאַנג ווי ווילט זיך ליגן
בײַ דײַן גרינעם ברעג און טרוימען...
צוזען ווי זיך הוידען, וויגן
דײַנע כוואַליעס, ווי זײ שוימען.

שפּריצן טראָפּנס פּרישע, קילע
אין דעם דושנעם, פּאַרנעם אַװיר.
בעטסט די ברעגעס שטיל מחילה,
גלעטסט זײ ווי אַן אַלטן חבֿר⁩.

ווי אַ בעטלער טוסט זיך שלעפּן,
מיט אַ מאָדנעם אומעט־כּישוף,
אײנזאַמדיק ווי דײַנע סטעפּן,
ווי די סטעזשקעס ווײַט פֿון ישוב.

*אַ טײַך אין קירגיזנסטעפּ.

שינדלער, א. „לידער‟. ווילנע: גרינינקע בײמעלעך, 1929. ז. 10.