שמואל האלקין 1897 – 1960 תרנ"ז – תש"כ. שמואל האלקין, געבוירן: רוסלאנד. גשטארבן: רוסלאנד.


ביים טאַטן (1920)


די ליפּן ביים טאַטן, ווי עמעצן בענטשט ער,


די אויגן צום האַרט־גרינעם מערב געהויבן;


דעם טויט־קאַלטן פאָרהאַנג ער הייבט־אויף פון פענצטער,


ווישט אויס מיט די פינגער פאַרלאָפענע שויבן...


צוויי שטערן – צוויי נאָדלען אין הימל פאַרשטאָכן,


באַזילבערטע בלאָטעס צעגרייזלען די זשאַבעס,


אוי, זאָל מען דעם טישטעך ניט לייגן דעם וואָכיקן –


זאָל דאָ נאָך פאַרבלייבן אַ זכר פון שבת...


מקורות רעדאַקטירן

ביים טאטן