ביים דאקטער
1 שלום-עליכם / בײַם דאָקטער
איך װיל אײַך בעטן, הערר דאָקטער, אײן זאַך׃ איר זאָלט מיך אױסהערן. דאָס הײסט, נישט דאָס שלאַפֿקײט מײַנס זאָלט איר אױסהערן – פֿונעם שלאַפֿקײט װעלן מיר שמועסן שפּעטער. איך װעל אײַך שױן אַלײן אױפֿקלערן, אין װאָס עס באַשטײט מײַן שלאַפֿקײט. װילן װיל איך, איר זאָלט אױסהערן מיך אַלײן, װאָרום ניט אַ יעדער דאָקטער האָט ליב אױסהערן דעם חולה. ניט אַ יעדער דאָקטער לאָזט זיך רעדן. דאָקטױרים האָבן אַ טבֿע׃ זײ לאָזן זיך נישט רעדן. זײ װײסן נאָר טאַפּן דעם דופֿק, קוקן אױפֿן זײגער, פֿאַרשרײַבן אַ רעצעפּט און נעמען פֿאַרן װיזיט. אױף אײַך האָב איך געהערט זאָגן, אַז איר זענט ניט פֿון די דאָקטױרים. איר זענט נאָך, זאָגט מען, אַ יונגער דאָקטער, און זענט נאָך ניט אַזױ להוט, פֿאַרברענט נאָכן קערבל, װי אַנדערע דאָקטױרים. בין איך דערפֿאַר, הײסט דאָס, טאַקע געקומען צו אײַך, זיך מיט אײַך אַן עצה האַלטן מכּח מײַן מאָגן. איך בין, װי איר זעט מיך, אַ מענטש מיט אַ מאָגן. על-פּי חכמת הדאָקטאָריע קומט אפֿילו אױס, אַז יעדער מענטש מוז האָבן אַ מאָגן. נאָר װען איז דאָס גערעדט געװאָרן? אַז דער מאָגן איז אַ מאָגן; אָבער אַז דער מאָגן איז קײן מאָגן ניט, הײַנט צו װאָס טױג דאָס לעבן? װעט איר דאָך מיר ענטפֿערן מסתּמא מיטן פּסוק׃ בעל-כּרחך אַתּה חי? װײס איך עס אָן אײַך. פֿאַר דעם „בעל-כּרחך“ האָב איך נאָך אין חדר געכאַפּט שמיץ. איך שמועס פֿון דעם, װאָס אַ מענטש כּל-זמן ער לעבט, װילט זיך אים ניט שטאַרבן. כאָטש דעם אמת דאַרף איך אײַך זאָגן, אַז איך אַלײן האָב פֿאַרן טױט כּלל קײן מורא נישט. װאָרום, ערשטנס, האָב איך שױן אַריבערגעשפּאַנט ששים, והשנית, בין איך אַזאַ מענטש, װאָס קאַטאָרי לעבן און שטאַרבן איז בײַ מיר גלאַט אַלץ אײן יום-טובֿ. דאָס הײסט, לעבן איז אַודאי גלײַכער װי שטאַרבן, װאָרום װער װיל דאָס שטאַרבן? ובפֿרט אַ ייִד? ובפֿרט אַ טאַטע פֿון עלף קינדער, זאָלן געזונט זײַן, מיט אַ װײַב, כאָטש דאָס דריטע װײַב, נאָר דאָך אַ װײַב. בקיצור, אַלײן בין איך אַ קאַמעניצער, דאָס הײסט, ניט פֿון קאַמעניץ גופֿא, נאָר פֿון אַ 2 שטעטל ניט װײַט פֿון קאַמעניץ. און בין, אַז אַָך און װײ איז מיר, אַ ייִד אַ מילנער, איך האַלט אַ מיל האַלט איך, דאָס הײסט, די מיל האַלט מיך, װאָרום, װי זאָגט איר, אַז מע קריכט-אַרײַן, ליגט מען. אַ ברירה האָט מען? ס'איז אַ ראָד, פֿאַרשטײט איר מיך, און סע דרײט זיך! באַרעכנט זיך אַלײן, אַז פֿאַר װײץ באַדאַרף מען צאָלן מיט מזומנים, און מעל מוז מען צעטײלן אױף קרעדיט, אַ װעקסל אַהין, אַ װעקסל אַהער, און צו טאָן האָט מען מיט גראָבע נפֿשות, און מיט װײַבער. איר האָט עפּעס ליב װײַבער? גײ געב זײ אָפּ דין וחשבון׃ למאי דאָס, למאי יענעס? למאי עס איז ניט געראָטן בײַ זײ די חלה? װאָס בין איך שולדיק? אפֿשר, זאָג איך, איז בײַ אײַך װײניק היץ? אָדער אפֿשר איז בײַ אײַך געװען שלעכטע הײװן? אפֿשר איז בײַ אײַך געװען, זאָג איך, נאַס האָלץ? פֿאַלט מען נאָך אָן אױף אײַך און מע מאַכט אײַך מיט דער בלאָטע און מען איז אײַך מבֿטיח, אַז דאָס אַנדערע מאָל װעט אײַך פֿליען די חלה אין קאָפּ אַרײַן... איר האָט עפּעס ליב, אַז סע פֿליט אײַך אַ חלה אין קאָפּ אַרײַן? דאָס זענען די קונהטעס די לאחדימניצעס. נאָר איר מײנט אודאי, די קונים די הורטאָװניקעס זענען בעסער? אױך ניט בעסער! לכתּחילה, אַז דער קונה קומט אין מיל אַרײַן און װיל זיך מאַכן אַ קרעדיט, איז ער װײך װי אַ פּוטער, מיט טױזנט חניפֿהלעך און קאָמפּלימענטן, כאָטש נעם לײג אים צו צו אַ מכּה; און נאָך דעם, אַז עס קומט צו צאָלן, הױבט זיך אָן אַ צעטל פֿון טענות׃ דער טראַנספּאָרט איז אים שפּעט אָנגעקומען, די זעק האָבן זיך צעריסן, די מעל איז געװען ביטער, טוכלע, צוגעלעגערט הײסט עס. צרות מיט שלעק – אַכצן חסרונות מיט זיבן און צװאַנציק תּירוצים! „און געלט?“ „געלט, זאָגט ער, שיקט-אַרײַן אַ חשבון!“ אַ האַלבער סילוק, הײסט דאָס. שיקט מען אים מאָנען, זאָגט ער׃ „מאָרגן“. מאָרגן – „איבערמאָרגן“. אַ נעכטיקער טאָג! הױבט מען אים אָן סטראַשן מיט אַ פּראָטעסט און מע גיט אױף אים אײַן. נו, און אַז מע גיט שױן אײַן, מײנט איר, איז װאָס? האָט מען אַ „ליסט“, און אַז מע קומט מיטן „ליסט“ איבערשרײַבן, איז במילא אַלסדינג אױף דעם װײַבס נאָמען, און גײ רוף אים קנאַקניסל! נו, פֿרעג איך אײַך׃ בײַ אַזעלכע געשעפֿטן װי זאָל מען ניט האָבן קײן מאָגן? ניט אומזיסט זאָגט צו מיר מײַנע, כאָטש זי איז בײַ מיר ניט דאָס ערשטע, זי איז דאָס דריטע, און דאָס דריטע װײַב איז דאָך, װי זאָגט איר, די זון אין שבֿט, נאָר דאָך אַװעקמאַכן קאָן מען זי ניט, פֿאָרט אַ װײַב׃ „װאַרף אַװעק, זאָגט זי צו מיר, נח, װאַרף אַװעק דאָס מעל-געשעפֿט. לאָז עס זיך אָנצינדן מיט דער מיל אין אײנעם, װעל איך װיסן, אַז דו לעבסט אױף דער 3 װעלט!“ „ע-ע-הע, זאָג איך, די מיל זאָל װעלן ברענען! זי איז גוט געסטרעכירט“... „ניט דאָס, זאָגט זי, מײן איך, נח. איך מײן, זאָגט זי, װאָס דו לױפֿסט אַרום, ניט קײן שבת, ניט קײן יום-טובֿ, ניט קײן װײַב, ניט קײן קינד. װאָס? װאָס פֿליסט דו?“... פֿרעגט מיך בחרם, איך װײס אַלײן ניט, װאָס איך פֿלי. װאָס זאָל איך טאָן, אַז ס'איז בײַ מיר אַזאַ טבֿע, צו אַלדי רוחות?... איך האָב ליב דרײען!... טאָמער מײנט איר, מע האָט עפּעס פֿונעם דרײען? צרות האָט מען! װאָס פֿאַר אַ געשעפֿט איר זאָלט מיר ניט געבן, נעם איך דאָס אָן; ניטאָ פֿאַר מיר קײן שלעכטער בראָנפֿן׃ זעק – איז זעק, האָלץ – איז האָלץ, „טאָרגעס“– איז „טאָרגעס“. איר קענט אַוודאי מײנען, אַז אַחוץ דער מיל האָב איך שױן מער קײן געשעפֿטן נישט? האָט איר מחילה אַ גרױסן טעות. װי איר קוקט מיך אָן, האַנדל איך מיט װאַלד, מיט אײנעם אַ שותּף, װאָס מיר האַקן אים, און שטעל צו פּראָװיאַנט אין דער טורמע, און האָב אַ חלק אין דער טאַקסע, און דערלעג דווקא אַלע יאָר צו איר געלט, איר װאָלט זיך עס װינטשן פֿאַרדינען אַלע חודש, איך בין אײַך קײן שׂונא ניט. אײַ, צו װאָס דאַרף איך זי? קהל אױף צו להכעיס! איך בין, װי איר זײט מיך, אַ גרױסער בעל-נצחון׃ בײַ מיר, צוליב נצחון, איז כּדאי די גאַנצע שטאָט זאָל גײן צו גרונט און אַלײן באַגראָבן װערן – אַבי אױספֿירן מײַנס! איך בין, װי איר זײט מיך, אַ מענטש דווקא אַזױ זיך ניט קײן שלעכטער בטבֿע, נאָר אַ גרױסער „קאַפּריז“, אַ שפּילשליװער, הײסט עס. מיך, אַז מע רירט מיך אָן אין כּבֿוד, איז חיות ניט זיכער! און דערצו בין איך נאָך אַ שטיקל עקשן אױך. איך בין אַ בעלן געװען אַ מאָל, אין די גוטע יאָרן, פֿאַר אײן „אַתּה הראיתלע“ בײַ אונדז אין בית-המדרש גײן ביזן בלוט אַרײַן; דאָס בית-המדרש האָט מען פֿאַרמשפּט – און איך האָב טאַקע אױסגעפֿירט מײַנס. װאָס זאָל איך טאָן? ס'איז בײַ מיר אַזאַ בלוט! ס'איז בײַ מיר נערװען, זאָגן זײ, די דאָקטױרים, און ס'האָט, זאָגען זײ, אַ שײַכות צום מאָגן. כאָטש אפֿילו על-פּי שׂכל קומט דאָס אױס װילד. װאָרום װאָס געהער זיך אָן נערװען מיט אַ מאָגן? אַ ביסל אַ סמיכות הפּרשה! װוּ זענען די נערװען און װוּ איז דער מאָגן? נערװען זענען דאָך, צום מײנסטן, על-פּי חכמת הדאָקטאָריע, דאַכט זיך, דאָרט, װוּ די געהירן? און דער מאָגן איז דאָך גאָר װײס איך װוּ – פֿאָלג מיך אַ גאַנג!... שאַט, אָט באַלד ענדיק איך, װאָס כאַפּט איר זיך אַזױ? זיצט נאָך אַ מינוט. איך װיל דאָך אײַך אױסדערצײלן אַקוראַט, איר זאָלט מיך אױסהערן און זאָגן מיר, פֿון װאַנען האָט זיך גענומען צו מיר אָט דער דאָזיקער אומגליק, איך מײן דעם מאָגן מײן איך. אפֿשר איז 4 דאָס פֿון דעם, װאָס איך בין נע-ונד, בין קײן מאָל נישטאָ אין דער הײם, און אפֿילו דעמאָלט, װען איך בין אין דער הײם, בין איך אױך ניט אין דער הײם. איך שװער אײַך בהן שלי – ס'איז אַ געלעכטער צו הערן און אַ חרפּה צו זאָגן – איך װײס נישט, װיפֿל קינדער איך האָב און װי אַזױ מע רופֿט זײ. ס'איז ניט גוט, הערט איר, אָן אַ בעל-הבית און אָן אַ טאַטן! איר זאָלט אָנקוקן בײַ מיר איןַ שטוב, קײן עין-הרע, מיט אַ פּעראָנדעק! אַ שיף אָן אַ רודער! טאָג װי נאַכט אַ טאַראַראַם, אַ האַרמידער, זאָל גאָט שומר ומציל זײַן! אַ װערטעלע אױסצורעדן, קײן עין-הרע, עלף קינדער פֿון דרײַ װײַבער! בשעת דער טרינקט טײ, עסט יענער אָנבײַסן, און בשעת איך דאַװען, גלוסט זיך יענעם שלאָפֿן. דער קנײַפּט אַ בולקע, און דער װיל הערינג, דער גלוסט זיך מילכיקס, און דער שרײַט אין אײן קול׃ פֿלײש! און אַז מע װאַשט זיך עסן, איז ערשט דעמאָלט ניטאָ קײן מעסער, מיט װאָס אַ שטיקל ברױט אָפּצושנײַדן, און צװישן קלײנװאַרג איז אַ טומל, אַ גיהנם, מיט הריגות, כאָטש נעם לױף אין דער װעלט אַרײַן! און איבער װאָס? אַלץ איבער דעם, הערט איר, װאָס איך האָב קײן מאָל קײן צײַט ניט, און זי, מײַנע הײסט דאָס, איז, קײן עין-הרע, זײער אַ גוטע, דאָס הײסט, ניט אַזאַ גוטע, װי אַ װײכע, קאָן זיך ניט באַגײן מיט קײן קינדער. מיט קינדער דאַרף מען קאָנען זיך באַגײן. קריכן זײ איר אױפֿן קאָפּ, דאָס הײסט, זי שעלט זײ אפֿילו, קנײַפּט זײ, רײַסט זײ אױס שטיקער פֿלײש, נאָר װאָס קומט אַרױס? פֿאָרט אַ מאַמע. אַ מאַמע איז ניט קײן טאַטע. אַ טאַטע לײגט אַנידער און שמײַסט אָפּ אַ קינד. איך װײס, אַז מײַן טאַטע האָט מיך געשמיסן. און אפֿשר האָט אײַך אײַער טאַטע אױך געשמיסן? װאָס זשע מײנט איר? איז אַז װױל צו אײַך! איך װײס ניט, צי ס'װאָלט פֿאַר אײַך געװען בעסער, מע זאָל אײַך ניט געװען שמײַסן... װאָס כאַפּט איר זיך? איך ענדיק באַלד. איך דערצײל עס אײַך ניט אומזיסט; דאָס איז צוליב דעם, איר זאָלט פֿאַרשטײן מײַן אַרט לעבן, װאָס איך לעב. אפֿשר מײנט איר, אַז איך װײס, װיפֿל איך פֿאַרמעג? מעגלעך, אַז איך בין אַ ייִד אַ נגיד, און אַ גרױסער נגיד, און מעגלעך אַז – צװישן אונדז װעט עס דאָך מסתּמא בלײַבן? – אַז איך בין אפֿשר דערונטער... איך װײס? אַז טאָג װי נאַכט איז נאָר געלאַטעט; װי זאָגט איר, די טאַפֿלי אַרױסגענומען, יענע טאַגלי אַרײַנגעשטעלט – ס'איז עפּעס אַ תּירוץ? צי מע קאָן, צי מע קאָן ניט – נדן אַ קינד דאַרף מען געבן? ובפֿרט נאָך, אַז גאָט העלפֿט טעכטער, און דערװאַקסענע דערצו! אַנו, פּרוּװט האָבן דרײַ טעכטער דערװאַקסענע, קײן עין-הרע, אַלע אין אײן טאָג צו דער חופּה 5 פֿירן, װעלן מיר זען, צי װעט איר קאָנען אײַנזיצן אין דער הײם אפֿילו אַ טאָג! הײַנט פֿאַרשטײט איר שױן, װאָס איז דאָס דרײען, װאָס מע דרײט, מיטן פֿליען, װאָס מע פֿליט? און אַז מע פֿליט, כאַפּט מען אַ פֿאַרקילונג אין װאַגאָן, אַ בײזע װעטשערע אױף דער אַכסניא, װאָס מע קרענקט זי נאָך דעם אױס. הײַנט די ריחות, װאָס מע שמעקט זיך אָן, מיט דער שײנער לופֿט – מעג מען שױן האָבן אַ מאָגן? אַ שטיקל גליק איז נאָר, װאָס איך בין בטבֿע נישט קײן קראַנקער מענטש, גוט פֿאַרפֿונדעװעט פֿון דער יוגנט. קוקט נישט אױף מײַן סנאַסט, װאָס איך בין אַזױ דאַר און טרוקן. דאָס האָבן מיר די געשעפֿטן אַזױ אױסגעטריקנט. און אַגבֿ איז בײַ אונדז טאַקע אַזאַ גדלע, אַזאַ װוּקס; מיר האַלטן זיך אַלע הױך און דין. איך האָב געהאַט עטלעכע ברידער, זענען זײ אַלע געװען אַזױ װי איך, מיר צו לענגערע יאָר. פֿון דעסט װעגן בין איך, הערט איר, תּמיד געװען אַ געזונטער מענטש, נישט געװוּסט פֿון קײן מאָגן און פֿון קײן דאָקטער און פֿון קײן שװאַרץ יאָר, הלואי װײַטער. נאָר פֿון אַ צײַט, אַז מע האָט מיך אָנגעהױבן שטאָפּן מיט רפֿואות, פּילן, פּראָשקעס און קרײַטער, און איטלעכער באַזונדער קומט מיט זײַן המצאה׃ דער הײסט, איך זאָל האַלטן דעיעט [דיעטע], דאָס הײסט „נעדאָיעד“, איך זאָל עסן װאָס װינציקער; און דער הײסט, איך זאָל גאָר ניט עסן, איך זאָל פֿאַסטן הײסט דאָס. זענט איר שױן פֿאַרטיק? קומט צו גײן אַ נײַער חכם אַ דאָקטער און זאָגט מיר אָן, איך זאָל דוקא עסן, און אַ סך! אַ פּנים, ער אַלײן האַלט פֿון דער אכילה. אַלע דאָקטױרים האָבן אַזאַ טבֿע, אַז דאָס, װאָס זײ האָבן ניט פֿײַנט, דאָס הײסן זײ אױך דעם חולה. אַ חידוש איז מיר נאָר, װאָס זײ הײסן ניט שלינגען קײן קערבלעך... משוגע צו װערן פֿון זײ! אײנער אַ דאָקטער האָט מיר געהײסן גײן אַ סך, גלאַט גײן אין דער װעלט אַרײַן, שפּאַנען הײסט דאָס; איז געקומען דער אַנדערער דאָקטער און הײסט מיר ליגן – און גײ טרעף, װאָס פֿון זײ איז מער בהמה... װאָס דאַרפֿט איר אַ סך? אײנער האָט מיך געהאָדעװעט מיט ליאַפּעס, כּמעט אַ יאָר כּסדר מיט גאָלע ליאַפּעס! איך קום צום אַנדערן, זאָגט ער׃ „ליאַפּעס? חס ושלום! ליאַפּעס איז פֿאַר אײַך אַ סם המות!“ און ער גײט און פֿאַרשרײַבט מיר אַ פּראָשעק, אַ געלן פּראָשעק. מסתּמא װײסט איר, װאָס דאָס איז פֿאַר אַ מין פּראָשעק? איך קום צו גײן מיטן געלן פּראָשעק צו אַ דריטן דאָקטער, כאַפּט ער ניט דעם געלן פּראָשעק און צערײַסט ניט דעם רעצעפּט און פֿאַרשרײַבט מיר ניט קײן קרײַטער? אָבער װאָס פֿאַר אַ קרײַטער, מײנט איר? אײדער איך האָב מיך אײַנגעװױנט, הערט איר, צו די 6 דאָזיקע קרײַטער, מעגט איר מיר גלױבן, אַז די גרינע גאַל האָט זיך מיר איבערגעקערט! ס'זאָל אים אָנגײן, דעם דאָקטער, כאָטש האַלב, װאָס איך פֿלעג אים אָנװינטשעװען, בשעת איך פֿלעג זײ דאַרפֿן אײַננעמען אַלע פֿאַרן עסן. איך פֿלעג מיך זען בשעת מעשׂה מיטן מלאך המות! נאָר װאָס טרינקט נישט אַ מענטש צוליב געזונט?... צום סוף לאָזט זיך אױס, איך קום צום יענעם דאָקטער, צום ערשטן הײסט דאָס, װאָס האָט מיך געהאָדעװעט מיט ליאַפּעס, און דערצײל אים די געשיכטע מיט די ביטערע קרײַטער, װאָס פֿאַרומערן מיר דאָס לעבן, – װערט ער מלא רציחה און רופֿט זיך אָן צו מיר מיט אַ מין כּעס, גלײַך װי איך האָב אים דאָ געקױלעט די קאַפּאָטע׃ „איך האָב דאָך אײַך פֿאַרשריבן, זאָגט ער, ליאַפּעס, הײַנט װאָס לױפֿט איר אַרום, װי אַ דולער, פֿון אײן דאָקטער צום אַנדערן?“ זאָג איך׃ „שאַט, שאַט! איר זענט דאָך נישט אײנער אױפֿן יריד! קײן קאָנטראַקט האָט מען אײַך נישט אונטערגעשריבן, און לעבן דאַרף יענער אױך, יענער האָט אױך אַ װײַב און קינדער!“... האָט זיך אין אים אָנגעצונדן אַ פֿײַער, זאָלט איר זען, גלײַך װי איך האָב אים דאָ געזאָגט מי יודע װאָס! בקיצור, ער האָט מיך געבעטן, איך זאָל גײן צו יענעם דאָקטער. זאָג איך׃ „קײן עצות באַדאַרף איך ניט; אַז איך װעל װעלן, קאָן איך אַלײן גײן“. און נעם און לײג אים אַװעק אַ קאַרב. מײנט איר אפֿשר, אַז ער האָט דאָס מיר אַ שמיץ געטאָן אין פּנים? אָבער גאָר לא! קערבלעך האָבן זײ ליב, אײַ, האָבן זײ ליב קערבלעך, הערט איר! אַ סך מער װי מיר, פּראָסטע מענטשלעך. זײ זאָלן זיך אַװעקזעצן, אַ שטײגער אױסהערן דעם חולה, װי עס געהער צו זײַן – דאָס איז בײַ זײ נישטאָ. זײ לאָזן זיך ניט רעדן אַ װאָרט אײן איבעריקס. אָט בין איך אַנומלטן געװען בײַ אײנער אַ דאָקטער, טאַקע אײַערער אַ באַקאַנטער, איך װיל אים ניט אָנרופֿן בײַם נאָמען. איך בין נאָר אַרײַנגעקומען, נישט אױסגערעדט נאָך קײן צװײ װערטער – אַהאַ, ער הײסט מיר שױן אױסטאָן זיך, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, און איך זאָל מיך אַנידערלײגן אױף דער קושעטקע. װאָס איז? באשר ער װיל מיך אױסהערן? װילסט מיך אױסהערן? זײער גוט! הער מיך אױס! װאָס זשע לאָזט דו זיך ניט רעדן? װאָס טױג מיר דאָס טאַפּן, װאָס דו טאַפּסט מיך, מיטן קלאָפּן, װאָס דו קלאָפּסט מיך? נײן, האָט ער אָבער קײן צײַט ניט! עס װאַרטן, זאָגט ער, דאָרט הינטער דער טיר נאָך מענטשן, איטלעכער מיט זײַן „אָטשערעדע“. ס'איז הײַנט געװאָרן בײַ אײַך אַ מאָדע – ”אָטשערעדע“, װי, להבֿדל, אױפֿן באַן, אָדער אױף דער פּאָטשט בײַ די מאַרקעס... װאָס? איר האָט אױך קײן צײַט ניט? 7 בײַ אײַך איז שױן אפֿשר אױך אײן „אָטשערעדע“? איר זענט נאָך דאָך אַ יונגער דאָקטער! װי קומט איר צו ”אָטשערעדן“ [אָטשערעדעס]? אַז איר װעט זיך אָט אַזױ פֿירן, הערט איר, װעט איר האָבן עגמת-נפֿש, ניט קײן פּראַקטיקע!... און אין כּעס באַדאַרפֿט איר אױך נישט זײַן. איך האָב נישט געמײנט, חלילה, אומזיסט. איך בין נישט אַזאַ ייִד, װאָס איך זאָל, חס ושלום, פֿאַרלאַנגען אומזיסט. און כאָטש איר האָט מיך נישט געװאָלט אױסהערן ביזן סוף, פֿון דעסט װעגן, אײנס צום אַנדערן געהער זיך נישט אָן, פֿאַרן װיזיט באַדאַרף מען אײַך באַצאָלן... װאָס? איר װילט נישט נעמען?... װיל איך אײַך מיט גװאַלד נישט נױטן... געװיס האָט איר פֿון װאַנען צו לעבן... מסתּמא לעבט איר פֿון קופּאָנעס... עס װאַקסט בײַ אײַך... נו, מהכתּיתי, לאָז אײַך גאָט העלפֿן, ס'זאָל בײַ אײַך װאַקסן און װאַקסן... אַדיע! האָט קײן פֿאַריבל נישט, טאָמער האָב איך פֿאַר אײַך צוגענומען צײַט... דערױף זענט איר דאָך אַ דאָקטער... Transcribed by Itsik Goldenberg. Copyright © 2007 Leonard Prager. All Rights Reserved