ביאור אויף ברכת החמה א - - ביאור אויף ברכת החמה ב


ניסן תשס"ט

-קאפיטל ג-
די זיבן גייענדיגע שטערנ'ס\פלאנעטן - שבעה כוכבי לכת

צווישן אונזער וועלט און דעם כיפת השמים געפינען זיך זיבן גרויסע פלאנעטן אדער ווי זיי ווערן אנגערופן אין די ספרים, גלגלים אדער די שבעה כוכבי לכת. די זיבן פלאנעטן ליגן אויסגעשפרייט מיט א סדר צווישן אונזער וועלט און די כיפת השמים. (זע בילד).

די פלאנעטן האבן אלע נעמען. די נענסטע צו אונזער וועלט רופט זיך לבנה (MOON), די נעקסטע רופט זיך נוגה (VENUS), די נעקסטע כוכב (MERCURY), דאן קומט דער זון - חמה (SUN), דערנאך מאדים (MARS), דערנאך צדק ( JUPITER), און דאס לעצטע הייסט שבתאי (SATURN). אין קורצן ווערן זיי גערופן מיט די ראשי תיבות שצ"ם חנכ"ל (מיר וועלן אי"ה שפעטער אביסל מער מאריך זיין איבער זיי).

ווי גרויס זענען די זיבן פלאנעטן? וועלכעס איז גרעסער, אונזער וועלט אדער די פלאנעטן?

די גרויסקייטן פונעם 'רינג' פון די זיבן פלאנעטן ווערן געשאצט צו זיין ווי פאלגענד:

די לבנה - 6,783 מייל. (1852,00 קילאמטער)
נוגה - 9,525 מייל. (15240,000 קילאמעטער)
כוכב - 23,627 מייל. (37,800 קילאמעטער)
חמה - 2,715,000 מייל. (4,300 קילאמעטער)
מאדים - 13,263 מייל. (21,200 קילאמעטער)
צדק - 279,118 מייל. (446,500 קילאמעטער)
שבתאי - 235,298 מייל. (376,000 קילאמעטער)
אונזער וועלט - 24,901 מייל. (39,800 קילאמעטער)
קומט אויס אז די דער זון די גרעסטע פלאנעט און לבנה איז דאס קלענסטע. דאס איז ווי באלד די לבנה האט מקנא געווען דעם זון בשעת בריאת העולם, האט איר דער באשעפער באשטראפט און איר קלענער געמאכט. אונזער וועלט איז גרעסער פון די פלאנעטן לבנה, נוגה, מאדים, און כוכב, אבער איז דאך היבש קלענער פון שבתאי, צדק, און שמש.

ווי ווייט זענען דער זון און די לבנה פונעם ערד-קוגעל?

דער זון איז בערך 92,000,000 מייל (147,000 קילאמטער) ווייט פון אונז.
די לבנה איז 'בלויז' 238,857 מייל (380,000 קילאמטער) ווייט.

די זיצעדיגע שטערנ'ס - כוכבי שבת

נאך די זיבן פלאנעטן געפינט זיך נאך א גלגל וואס עס רופט זיך די גלגל השמיני. דאס איז די כיפת השמים, דער הימל וואס נעמט ארום דאס גאנצע חלל מיט אלע פלאנעטן. די גאנצע מערכת השמים געפינט זיך אינעם בויך פון די גלגל. אין דעם גלגל זענען אויך אנגעהאנגען אכט און אכציג גרופעס פון שטערנ'ס וואס זענען אויסגעלייגט ארום דעם גאנצן באל. אינאיינעם טוען זיי אויספארעמען א רונדעכיגע באל ארום 'ספעיס' (= קאָסמאָס).

די צוועלעף מזלות

צווישן די פריער דערמאנטע אכט און אכציג גרופעס, געפינען זיך צוועלעף גרופעס וואס זענען באוואוסט אלס די י"ב מזלות. זייערע נעמען זענען טלה, שור, תאומים, סרטן, אריה, בתולה, מאזנים, עקרב, קשת, גדי, דלי, דגים. די אלע צוועלף זענען אויסגעלייגט ווי א רינג איינס נעבן דעם אנדערן לויט די דערמאנטען סדר. דער רינג פון די מזלות הייבט זיך אן ביי מערב זייט פונעם גלגל און עס לויפט ווייטער ארויף, דערנאך אראפ, און צוריק ארויף ארום דעם כיפת השמים. דאס הייסט אזוי, מזל טלה הייבט זיך אן פונקט אינמיטן די באל אויף מערב זייט, דאס קומט אויך אויס צו זיין פונקט אנטקעגן די קו המשוה (= עקוואַטאָר) פון אונזער וועלט. נאך מזל טלה קומט דער מזל שור וואס זיצט אביסל מער ארויפגעצויגן צו צפון זייט, דערנאך קומט מזל תאומים וואס דאס איז דער שפיץ פון דער זייט פון דעם רינג. דערנאך הייבט אן די רינג אראפצוגיין און דארט זיצן די מזל סרטן, אריה, בתולה, מאזנים, עקרב, קשת, איינס נעבן די צווייטע. דאן גייט דעם רינג צוריק ארויף ביז מזל טלה און אין דעם חלק זיצן מזל גדי, דלי, דגים. (זע בילד).

עס איז כדי צו באמערקן, אז יעדער פלאנעט פון די שבעה כוכבי לכת פארמאגט זיינע אייגענע שטערנ'ס וואס זענען אויסגעלייגט נאר ארום איר. אזוי אויך געפינען זיך נאך פארשידענע פלאנעטן און טריליאנען שטערנ'ס אין דעם ריזיגן חלל, עד אין מספר. נאר דער איין איינציגע באשעפער ווייסט וואס עס טוט זיך פונקטלעך אפ אין די הויכע ספערעס, און האלט א חשבון אויף יעדן שטערן באזונדער. מונה מספר לכוכבים ולכולם שמות יקרא.

פארוואס האבן די י"ב מזלות אזעלכע אינטערסאנטע נעמען?

די נעמען פון די מזלות זענען געגעבן לויט זייערע פארעם. דאס הייסט, ביי מזל טלה איז די גרופע שטערנ'ס געפארעמט ווי א שעפעלע, ביי מזל שור ווי אן אקס א. א. וו.

אצינד אז מיר ווייסן שוין די מציאות'דיגע כוכבים ומזלות וואס געפינען זיך ארום אונזער וועלט, איז געקומען די רייע צו מסביר זיין ווי אזוי זיי פונקציאנירן, און וואספארא שייכות זיי האבן מיט אונז.

ווי אויך ווילן מיר וויסן, פארוואס ווערן די פלאנעטן אנגערופן לכת און די מזלות שבת?

וואס זענען די י"ב מזלות אזוי מיוחסים אז מען האט זיי אויסגעקליבן פון צווישן אלע אנדערע אכט און אכציג גרופעס?

פארוואס עפעס ווערט מזל טלה גערעכנט אלס די ערשטע פון די רייע?
איבערדעם אלעם און נאך, זונטאג אי"ה.


מקורות רעדאַקטירן

גלגל אינפא
זיך איינצושרייבן צו באקומען טאג-טעגלעך: signup@galgalejournal.com