(פון " אלע ווערק פון שלום עליכם" - גאנץ טביה דער מילכיקער)

קטנתי - א בריוול פון טביה דעם מילכיגען צום מחבר.
געשריבן אין יאהר 1895

קָטֹנְתִּי

(א בריוול פון טביה דעם מילכיגען צום מחבר).

לכבוד צו מיין געליעבטען טהייערען פריינד רב שלום־עליכם, גאָט זאָל אַייך געבען געזונט און פּרנסה מיט אַייער ווייב און קינדער, איהר זאָלט האָבען גרויס נחת וואו איהר וועט זיך קעהרען און ווענדען, אָמן סלה!

קטנתי! – באַדאַרף איך אַייך זאָגען מיט'ן לשון, וואָס יעקב אָבינו האָט געזאָגט אין דער סדרה „וישלח”, בשעת ער האָט זיך געלאָזט געהן קעגען עשו'ן, להבדיל... נאָר טאָמער איז דאָס אפשר ניט אַזוי גלייך, בעט איך אַייך, פּאַני שלום־עליכם, איהר זאָלט אויף מיר קיין פאַראיבעל נישט האָבען, איך בין אַ פּראָסטער חי־וקיים, איהר ווייסט אַודאי מעהר פון מיר – וואָס איז דאָ וואָס צו רעדען? אין אַ דאָרף, משטיינס געזאָגט, מע ווערד פאַרגרעבט, ווער האָט צייט אַריינקוקען אין אַ ספר, צי אָפּלערנען אַ פּרשה חומש מיט רש"י, צי וואָס? אַ שטיקעל גליק, עס קומט דער זומער, פאָהרען זיך צענויף די יעהופּעצער נגידים קיין בויבעריק אויף די דאַטשעס, קאָן מען זיך באַגעגענען אַ מאָל מיט אַיין איידעלען מענטשען, האָרכען אַ גוט וואָרט. איהר מעגט מיר גלויבען, אַז איך דערמאָן מיך אָן יענע טעג, ווען איהר זענט געזעסען נעבען מיך אין וואַלד, אויסגעהערט מיינע נאַרישע מעשיות, איז ביי מיר גלייך, ווי איך זאָל פאַרדיענען מי יודע וויפיעל! איך ווייס ניט מיט וואָס איך האָב ביי אַייך אַזוי נושא חן געווען, איהר זאָלט זיך אָפּגעבען מיט אַזאַ קליין מענטשעל, ווי איך, מיר שרייבען בריוולעך גאָר.

־ –