קיצור שו"ע עברי טייטש סימן לט

מפתחות - סימן לט וואשן צום עסן - סימן מ דיני הפסק קודם ברכת המוציא - סימן מא אויף וואס מאכט מען המוציא - סימן מב דער סדר פון מאכן המוציא - סימן מג הלכות אכילה - סימן מד דברים הבאים בתוך הסעודה - סימן מה מים אחרונים - סימן מו יעלה ויבא און על הניסים - סימן מז בענטשן במזומן


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן לט: דינים פון נטילת ידיים לסעודה (וואשן צום עסן). אנטהאלט פיר און צוואנציק סעיפים.

א. די מצוה פון וואשן צום עסן איז זייער גרויס. דאס שלמה המלך מתקן געווען. און ווער האלט די מצוה אקוראט (= פונקט) ווי דער דין איז, דער האט די ברכה. אבער דער וואס האלט די מצוה פאר גרינג, קען ער נאך חס ושלום עובר זיין א גרויסע זאך.

ב. אויף יעדן געבעקס וואס מען איז מחויב צו מאכן המוציא, מוז מען זיך אפילו צום קלענסטן שטיקל וואשן. נאר אזוי באלד (= אין א מינוט וואס[1]) עס איז קנאפּער (= ווייניקער) ווי א כזית, וואשט מען זיך און מען מאכט נישט די ברכה על נטלת ידים. און ווען עס איז גרויס ווי אן אפגעשיילט איי, מוז מען זיך וואשן, און מאכן די ברכה על נטילת ידים.

ג. ווער האט וואונדן אויך די הענט, אז ער קען זיך נישט וואשן, זאל ער ביי דעם עסן, די הענט ארומבונדן מיט א טיכל, אדער זאל אנטאן הענטשעקעס, דען (= ווייל) מיט אומגעוואשענע נאקעטע הענט, טאר מען נישט עסן.

ד. דער פראסטער עולם איז בטעות מיט דעם, וואס זיי וואשן נאר איינמאל אין א טאג און בענטשן נישט, כדי זיי זאלן קענען אגאנצן טאג עסן אומגעוואשן. דאס איז אבער א גרויסע עבירה, און זיי פארזינדיקן זיך אין צוויי, ערשטענס: זיי (עסן) אומגעוואשן. צווייטענס: בענטשן זיי נישט נאך יעדן עסן.
עס איז נאר מותר ווען מען פארט אונטער וועגענס, און ווען מען ווייסט אז מען וועט אויף דעם וועג נישט באקומען קיין וואסער, דאן (= דעמאלט) מעג זיך וואשן אויף דעם ארט וואו מען האט וואסער, און אויסנעמען א תנאי, אז ער זאל מעגן עסן מיט דעם וואשן אגאנצן טאג. נאר מוז ער די הענט שטארק היטן, זיי זאלן בלייבן ריין און נישט אנרירן א לייב וואו עס איז צוגעדעקט. אויך נישט די נאז, דאס אויער, נישט קראצן דעם קאפ. אבער נישט אין קיין נויט, פויעלט דעם תנאי גאר נישט.

ה. דאס וואסער וואס מען וואשט זיך דערמיט, מוז זיין ריין און קלאר. און ווער עס איז געזאלצן ביטער, פארשטונקען, אדער אומריין, אז קיין הונט וויל עס נישט טרינקען, דען טאר מען זיך מיט דעם וואסער נישט וואשן.

ו. אויך אזא וואסער וואס האט אנגעווארן דעם קאליר, ווייל עס איז געווען אין א מיאוסע כלי, אדער דורך דעם וואס עפעס אין וואסער אריינגעפאלן, טאר מען זיך דערמיט נישט וואשן.

ז. געניצט וואסער וואס מען האט אויסגעשווענקט די כלים, אדער אויסגעמאסטן דערמיט א כלי, אדער מען האט עפעס אין זיי געווייקט, אדער מען האט עס אנגעגאסן אפצוקילן די כלי, טאר מען זיך מיט דעם וואסער נישט וואשן.

ח. עס איז אויך רעכט זיך נישט צו וואשן מיט וואסער וואס א הונט אדער א חזיר האט פון זיי געטרונקען, דען (= ווייל) עס איז דא פיל גאונים וואס זאגן אז דאס וואסער איז פסול צו דעם וואשן.

ט. די כלי וואס מען וואשט זיך מיט איר, מוז זיין גאנץ, נישט געשפאלטן, און איך נישט געלעכערט. און די כלי דארף צום ווייניגסטן האלטן איין קוואַטירל[2]. אבער מיט א דעקל פון א כלי, כאטש עס האלט מיין (= מער) פון א קוואַטירל טאר מען זיך מיט אים נישט וואשן.

י. מיט א שטייניק אדער א קריגל מעג מען זיך וואשן נאר פון דעם ברעג פון דער כלי, נישט פון דעם צאפן.

יא. אז מען האט נישט קיין כלי צו וואשן זיך, מעג מען איינטונקען די הענט אין א טייכל וואס האט פערציק סאה, דאס הייסט א שיעור מקוה, אדער א כשרע מקוה, אדער אין בארג שניי פון פערציק סאה. נאר ער זאל דעם שניי אביסל רייבן מיט די הענט. נאר אין א קוואל איז גענוג, דאס וואסער זאל צודעקן די בלויזע הענט. (און מען דארף נישט קיין ארבעים סאה).

יב.פון א פאס אדער פון א האנטפאס, טאר מען דורך דעם צאפן זיך נישט וואשן, סיידן אז ביי יעדער האנט וואשן, זאל ער דעם צאפן פארשטאפן און אויפעפענען. אויך מוז דער לאך פון צאפן אזוי גרויס זיין, אז פון איין גאס זאל דאס וואסער אים צודעקן די גאנצע הענט, און ווען נישט איז אסור.

יג. אונטערוועגענס ווען מען וויל עסן און מען האט נישט קיין וואסער צו וואשן זיך, איז דער דין, אז אזוי באלד (= אין א מינוט וואס) ער ווייסט דאס, אז ער וועט ווייטער גיין פאר (= פאָרויס) תחום שבת, אדער ער וועט צוריק גיין א תחום שבת, וועט ער האבן וואסער איז ער מחויב צו ווארטן. און אזוי באלד (= אין א מינוט וואס) ער קען דורך דעם אנווערן זיין חברותה (= חבורה, גרופע) וואס ער גיי מיט זיי, אדער אז ער וועט שוין גיין פאר (= פאָרויס) תחום שבת אדער צוריק א תחום שבת, וועט ער אויך קין וואסער נישט האבן, דען (= דעמאלט) זאל ער זיך ארום פארוויקלען די הענט מיט עפעס, אדער ער זאל אנטאן הענטשעקעס, און אזוי וועט ער מעגן עסן.

יד. מעג מען צעלאזן שניי אדער אייז, און זיך וואשן מיט דעם וואסער.

טו. דער סדר פון וואשן איז אזוי: מעטן גיסט פריער אפ די רעכטע האנט צוויי מאל, דאס וואסער זאל אפשווענקען די גאנצע האנט, און דער נאך די לינקע האנט. און מען זאל זיך היטן נישט אנצורירן די געוואשענע האנט מיט דער אומגעוואשענער, און אז מען רירט אן מוז מען די האנט אפווישן און נאך אמאל זיך וואשן.

טז. צום וויינקסטן זאל מען יעדע האנט וואשן מיט א קוואטירל[3] וואסער.

יז. די פינגערס דארף מען אביסל פאראנאדשפרייטן בעת אין וואשן, און תיכ, נאך דעם וואשן, זאל ער רייבן איין האנט אין דער אנדערער, און אויפהייבן די הענט אין דער הייך, און זאגן די ברכה על נטילת ידיים.

יח. עס טאר נישט שום קיין חציצה אויף דער האנט זיין, אז מען גייט (מיט) א פינגערל איז מען מחויב פאר דעם וואשן עס אויסצוטאן.

יט. ווען מען רירט זיך אן אין מיטן סעודה אויף די צוגעדעקטע ערטער פון גוף, אדער ער האט זיך געקראצט אין קאפ, אדער האט משתין געווען, אדער נקיות, דארף ער זיך נאך אמאל וואשן אזוי ווי דער דין איז, נאר ער זאגט נישט על נטילת ידיים.

כ. אז מען האט נקיות פאר דעם עסן, דארף מען זיך צום ערשטן געווייטלעך וואשן, און זאגן אשר יצר, און דערנאך זיך וואשן ווי דער דין איז צום עסן.

כא. אז מען עסט אזוי א זאך וואס מען טונקט עס אין א משקה, אדער עס איז דא משקה אויף דעם מאכל, איז מען מחויב זיך צו וואשן בלא ברכה.

כב. די משקין (וואס) זענען מחייב צו וואשן: א) וואסער. ב) וויין, אויך וויין עסיק. ג) האניק פון בינען. ד) בוימל. ה) מילך, אויך סערוועטקע[4]. ו) טוי. ז) און בלוט פון א בהמה חיה ועוף.

כג. אז מען טונקט איין א רעטעך אין זאלץ וואס וועט געמאכט פון וואסער, דאס הייסט (וואסער וואס) די זון טריקענט עס אויס, מוז מען זיך וואשן.

כד. פאר דעם וואשן מוז מען זען אז די הענט זאלן זיין גאנץ ריין, און אז מען זאל אפירמאכן (= רייניקן) די אומרייניקייט פון אונטער די נעגל.

הערות שוליים רעדאַקטירן

  1. אזוי באלד אויף דייטש SOBAKD = אין א מינוט וואס, ברגע שֶ.
  2. קוואטירל איז א פערטל פון א האלבער ליטער. א האלבער ליטער איז 500 גראם, און א פערטל פון דעם איז 125 גראם.
    אבער דא ער ניצט דאס ווארט אלס א פערטל פון א לוג, רביעית הלוג. דאס איז רביעת וואס שטייט אומעטום
  3. עיין הערה 2.
  4. א הייטל וואס געפינט זיך אויפן מילך. דאס ווארט סערוועטקע האט אויך א בדייטונג פון א סערוועטל. אין לשון הקודש "מפית". אין ענגליש "נאפּקן".