אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אויפן וועג שטייט אַ בוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט '
פון איציק מאַנגער איציק מאנגער 190...'

אין תקציר עריכה
שורה 38:
נעם זיך מיט אַ שאַליקל

קאָנסט זיך נאָך פאַרקילן.

די קאַלאָשן נעם דיר מיט,

ס´גייט אַ שאַרפֿער ווינטער -

און די קוטשמע טו דיר אָן,

וויי איז מיר, און ווינד מיר.

און דאָס ווינטער-לייבל נעם,

טו עס אָן, דו שׁוטה,

אויב דו ווילסט נישט זייַן קיין גאַסט

צווישן אַלע טויטע".

כ´הויב די פֿליגל - ס´איז מיר שווער,

צו פֿיל, צו פֿיל זאַכן,

האָט די מאַמע אָנגעטאָן,

דעם פֿייגעלע דעם שוואַכן.

קוק איך טרויעריק מיר אַרייַן

אין דער מאַמעס אויגן -

ס´האָט איר ליבשאַפֿט נישט געלאָזט

ווערן מיך אַ פֿויגל..

אויפֿן וועג שטייט אַ בוים,

שטייט ער אייַנגעבויגן,

אַלע פֿייגל פֿונעם בוים

זענען זיך צעפֿלויגן.

[[קאטעגאריע:לידער]]