א פשט פון דעם ווילנא'ער גאון


געזונגען דורך יום טוב עהרליך


א פשט פון דעם ווילנא'ער גאון

ר' יום טוב ערליך תרע"ה - תשמ"ט

געווען א איד ר' שלמה'לע, געלעבט א פיינעם לעבן
געהאט א פרוי מיט קינדערלאך, א פולע הויז כמעט
געהאט האט ער א בהמה'לע, וואס האט איהם מילך געגעבן
און די מילך האט ער פארקויפט, פרנסה פיל געהאט

אין דער מילך פלעגט ער אבער, וואסער אריינגיסן
צום ערשט א גלאז און שפעטער מער, און שפעטער גאנצע צען
און דער עולם האט געקויפט, און פלעגט גארניט וויסן
און די מילך האט מען געלויבט, נאך קיינמאל נישט געזען

שלמה'ס מילך איז דאך א מחיה
אזא מילך נישטא נאך אויף דער וועלט
איין פלעשעל, צוויי פלעשעל, דריי פלעשעל, פיהר פלעשעל
מענטשן קויפן טרינקען אן א שיעור
פינפערלאך, צענערלאך, צוואנציגער, הונדערטער
איז דער איד געווארן א גביר

2

געקומען אויף דער עלטער איז, דער אלטער פאנגט אן צו רעדן
שוואך געווארן שוין די פיס, און עס ווארפט אין קעלט
זאגט די אלטע ס'איז שוין שפעט, מען רופט שוין אין גן עדן
נאר אריינלאזן וועט ווער, אפגע'נאר'ט א וועלט

צום ווילנא'ער גאון זענען זיי געקומען
און זיי וויינען און דערציילן אויס
איין פלעשעל, צוויי פלעשעל, דריי פלעשעל, וואסער בלויז
און די מילך האט מען געמישט דורכאויס
פינפערלאך, צענערלאך, הונדערטער, גאנצע פעק
אז מען קען נישט מיטנעמען אין וועג

3

זאגט דער ווילנא'ער גאון פריינט, איר דארפט גארניט קלערן
הערט אויף גיסן וואסער היינט, און ג-ט וועט מוחל זיין
די פארעל האט געטאהן פארשטיין, און געטאהן איהם הערן
וואסער נישט געגאסן מיין, פארקויפט די מילך גאנץ ריין

נאר דער עולם האט זיך גענומען קרימען
און מען שרייט ס'איז וואסערדיגע מילך
פיהר פלעשעל, דריי פלעשעל, צוויי פלעשעל, איין פלעשעל
אין דעם מילך איז וואסער פיל אריין
הונדערטער, צוואנציגער, צענערלאך, פינפערלאך
געווארן איז דער איד אן ארימאן

4

און דאס אידעלע איז באלד, צום גאון צוריקגעפארן
און ער שרייט אויס רבי געוואלד, ס'איז א צודרייטע וועלט
גיב איך וואסערדיגע מילך, איז'ס צוכאפט געווארן
ווען איך גיב זיי ריינע מילך, קיינעם ניט געפעלט

זאגט דער ווילנא'ער גאון גערעכט, איך וועל אייך אלץ ערקלערן
מסחר מאכט מען אויף דער ערד, דער חשבון איז אין דער הויך
יעדע סחורה שרייבט מען אן, וויפיל געלט זאל פון דעם ווערן
און סחורה מיינט מען אמת'ע, און אמת'ע געלט אויך

ווען דו האסט פאלשע מילך געגעבן
האט מען געדארפט צאלן פאר דעם מיט פאלשע געלט
איז איין פלעשעל, צוויי פלעשעל, דריי פלעשעל, פיהר פלעשעל
פאלשע געלט פארהאן איז אן א שיעור
איז פינפערלאך, צענערלאך, צוואנציגער, הונדערטער
דערפאר ביזטו געווארן א גביר

אז דו האסט ריינע מילך געגעבן
האט מען געדארפט צאלן אמת ריינע געלט
איז פיהר פלעשעל, דריי פלעשעל, צוויי פלעשעל, איין פלעשעל
ריינע געלט איז זייער ווייניג דא
איז הונדערטער, צוואנציגער, צענערלאך, פינפערלאך
ריינע געלט איז היינט קיין סאך ניטא