א טעאטער פון קבצנים
אַ טעאַטער פון קבּצנים פון טונקעלן, באַזירט אויף "אין גוטן מוט" (1936), וואַרשע, פאַרלאַג "קולט־בוך"
איך האָבּ שוין אַ נייע פּיעסע. זי הייסט: „די רוסישע רעוואָלוציע אין קייזערלעכן הויף”. עס גייען שוין די פּראָבּן. מאָרגן איז די פּרעמיערע. איך בּין טשיקאַווע צו זען, וואָס עס וועט אַרויסקומען.
איך בּין זייער טשיקאַווע; מחמת פון דער מינוט, וואָס איך האָבּ דאָס ווערק אַרויסגעלאָזט פון דער האַנט און פאַר דער צייט וואָס עס זענען אָנגעגאַנגען די הכנות און פּראָבּן, זענען אין מיין שטיק געמאַכט געוואָרן עטלעכע קליינע ענדערונגען לויט די אָנווייזונגען פון דעם טעאַטער־דירעקטאָר, רעזשיסאָר, סופליאָר, פון אַלע אַרטיסטן, זייערע קרובים און סתּם זייטיקע מענטשן, מבינים און פיינשמעקער.
יעדער איינער האָט בּייגעטראָגן זיינע אויסבּעסערונגען.
איין שבח מוז מען אָבּער זאָגן, אַז די אַלע ענדערונגען זענען געמאַכט געוואָרן מיט מיין הסכּמה.
און איך בּין נישט ווי אַנדערע דראַמען־שרייבּער, וואָס לאָזן מאַכן פון זייערע ווערק וואָס מען וויל; איך לאָז מיך נישט שפּייען אין דער קאַשע. מיין ערשטער בּאַדינג איז געווען אַז עס זאָל נישט געמינערט ווערן און נישט געענדערט ווערן אַפילו אַ קוצו של יוד. אַזאַ מענטש בּין איך. צוליבּ אַ בּוכשטאַבּ אָדער אַ קאָמאַ בּין איך גרייט צו גיין אויף מסירות־נפש... סיידן ס׳געשעט מיט מיין הסכּמה.
און אַ מענטש בּין איך אַ האַרטער, אַ פּרינציפּיעלער, בּפרט, ווען עס האַנדלט זיך וועגן קונסט...
נישט מער, אַ מאָל מוז מען גיין אויף אַ קאָמפּראָמיס.
אָנגעהויבּן האָט עס זיך גאָר מיט אַן אומשולדיקער „פּאָפּראַווקע”. דהיינו? איינע פון די אַקטיאָרן, וואָס האָט בּאַדאַרפט שפּילן די ראָלע פון ענגלישן אַמבּאַסאַדאָר בּיים קייזערלעכן הויף, האָט געזאָלט רויכערן אַ ציגאַר. אַזוי איז עס געווען אָנגעוויזן אויף מיין פּיעסע.
איינמאָל אויף אַ פּראָבּע רופט מיך אָפּ דער דאָזיקער אַקטיאָר אָן אַ זייט און רוימט מיר איין אין אויער מיט אַ קול פול מיט תּחנונים:
– פּאַניע פאַרפאַסער, איך, ווי איר קוקט מיך אָן האָבּ דעם כּבוד צו שפּילן אין אייער שטיק די ראָלע פון ענגלישן לאָרד; ווי עס איז אָנגעוויזן אין דעם שטיק, דאַרף איך רויכערן ציגאַרן. האָבּן מיר דען אויף ציגאַרן? איך האָבּ זיך געווענדט צום טעאַטער־דירעקטאָר. זאָגט ער, אַז אונדזער טרופּע קאָן מיר נישט דערלויבּן צו רויכערן ציגאַרן. העכסטנס, אויף וואָס איך קאָן זיך דערלויבּן, איז צו רויכערן פּאַפּיראָסן. און דאָס – פון דער פירמע „אַוואַנטי”, דריי גראָשן אַ שטיק.
האָבּ איך נאָכגעטראַכט, נאָכגעטראַכט און צוגעגעבּן, אַז מען קאָן ווירקלעך אויסקומען אָן ציגאַרן. אַן ענגלישער אַמבּאַסאַדאָר איז נישט חולה צו רויכערן פּאַפּיראָסן „אַוואַנטי”.
אַ צווייט מאָל ווענדט זיך צו מיר אַ צווייטער אַקטיאָר; דער זעלבּער וואָס שפּילט די ראָלע פון פינאַנץ־מיניסטער וויטע, און ער האָט צו מיר אויך אַ בּקשה:
– אין איין אַקט – זאָגט ער – ווערט אין אייער שטיק אָנגעוויזן, אַז איך בּאַדאַרף זיך ווייזן אָן אַ ראָק, בּלויז אין הוילע אַרבּל... פאַרשטייט איר מיך... בּיי מיינע קאַפּיטאַלן און די גאַזשע, וואָס איך קריג, מישטיינס געזאָגט, בּין איך נישט אימשטאַנד זיך אַלע אָוונט צו בּאַווייזן אין אַ ווייס העמד. ווער קאָן זיך עס אָננעמען צו וואַשן אַלע חודש אַ העמד? און ווייזן זיך מיט בּרודיקע אַרבּל איז עפּעס גאָרנישט פּאַסיק פאַר אַ פינאַנץ־מיניסטער... וויל איך טאַקע, איר זאָלט מיר דערלויבּן צו טראָגן דעם ראָק... יאָ, און וואָס נאָך וויל איך אייך בּעטן. איר זאָלט מאַכן אַזוי, אַז איך זאָל מיין גאַנצע ראָלע דאַרפן שפּילן נאָר מיטן פאָרנט און נישט חלילה מיטן פּלייצע, ווייל אויף די אַקסלען זענען בּיי מיר אויסגעריבּן גאַנצע לעכער. איבּעריקנס, דאָס געהערט שוין צום רעזשיסאָר.
אויך אויף דעם בּין איך איינגעגאַנגען; פּשוט. צוליבּ הומאַניטאַרע מאָטיוון.
די פּרימאַדאָנע פון דער דאָזיקער טרופּע האָט מיר אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין מיין היים און זיך משתּדל געווען בּיי מיר וועגן אָט וואָס:
די דאָזיקע פּרימאַדאָנע שפּילט אין מיין שטיק די געליבּטע פון ראַספּוטינען, די הויפּטדאַמע ווירובּאָוואַ; שילדער איך אין מיין שטיק אַ סצענע אין קייזערלעכן פּאַרק, בּשעת אַן אָרגיע, ווי ראַספּוטין הוידעט די ווירובּאָוואַ אויף אַ הוידלקע. בּשעתן הוידען זיך פאַרוואַרפן זיך אירע פיס אַרויף אין דער הויך און עס זעען זיך די זוילן, און זיי, די זוילן, זענען נעבּעך געלאַטעט.
– איר פאַרשטייט דאָך? – זאָגט זי – פּאַניע פאַרפאַסער, אַז עס פּאַסט נישט, דאָס פּובּליקום זאָל זען אַז בּיי דער גרעסטער הויפדאַמע פון קייזערלעכן הויף זענען די זוילן מיט לאַטעס, און די פּיעסע אייערע איז דאָך אַ קינסטלעריש ווערק און נישט קיין שונד.
– בּכן?
– בּכן? צי קאָן מען נישט די גאַנצע סצענע אַרויסוואַרפן? איך האָבּ נאָכגעטראַכט, איבּערגעלייגט זיך און איינגעשטימט. מילא, וועט זיין אָן דער אָרגיע.
– אַ דאַנק.
עס גייט נישט דורך קיין וואָך און עס קומט צו מיר אַריין דער סטאַר פון דער פּיעסע, בּעניע סאָלאָווייטשיק, דער כאַראַקטער־ראָליסט, וואָס שפּילט אין מיין שטיק די ראָלע פון מיניסטער פּלעווע.
– איך האָבּ – זאָגט ער הער שרייבּער, צו אייך אַ וויכטיקן ענין.
– דהיינו?
– איך האָבּ – זאָגט ער – אַ ווונדערבּאַרן מאָנאָלאָג, וואָס מיט אים ענדיק איך יעדע ראָלע וואָס איך שפּיל, עס איז אַ הונדערט־פּראָצענטיקער זיכערער „אָפּלויז”. נאָך אַזאַ מאָנאָלאָג מוז מען אַפּלאָדירן.
– לאָמיר הערן.
ער שטעלט זיך אַוועק אין אַ דראַמאַטישער פּאָזע און דעקלאַמירט:
– אָ ־ אָ! די יודעלע! דאָס קינד פון פאָלק ישראל! אָה, מיין עוויגעס נאַציאָן! דו האָסט אימער געלעבּט און וועסט נימאַנד אונטערגיין און וויפיל דיינע פיינדע זאָלען דיך נישט דריקען און שטיקען, וועסטו בּלייבּן שטאָלץ, ווי אַ פעלז אין דער וויסטע. זאָלען זיי דיר דערקוטשען, די המנס מיט די גראָס־אינקוויזיטאָרען. דו לאַכסט פון זיי כאַ־כאַ־כאַ־כאַ־כאַ!... ווי געפעלט אייך?
– אויסגעצייכנט – האָבּ איך געזאָגט – אָבּער, פּלעווע איז געווען אַ יודאָפאָבּ, ווי אַזוי זשע קאָן ער זאָגן אַזעלכע ווערטער...
– אַנטשולדיקט – האָט ער געפרעגט – וואָס איז אַזוינס אַ „יודאָפאָבּ”?
– אַ שונא ישראל.
דער אַרטיסט האָט זיך אַ וויילע פאַרטראַכט און נאָך דעם זיך אָנגערופן:
– פאָבּ ־ שמאָבּ; אָבּער איך בּין דאָך אַ סטאַר און בּאַדאַרף האָבּן אַפּלאָדיסמענטן און קיין גאַזשע נעם איך נישט. איך שפּיל בּלויז צוליבּ קונסט און האָנאָר. בּאַדאַרף איך אַפּלאָדיסמענטן, צי ניין?
– אָבּער, אום גאָטעס ווילן – בּעט איך מיך – פּלעווע איז דאָך אַ בּאַרימטער אַנטיסעמיט, האָט געמאַכט דעם קעשענעווער פּאָגראָם. ווי אַזוי קען ער האַלטן אַזאַ מאָנאָלאָג?
– וועלן מיר אים מגיר זיין. מיר וועלן אים לאָזן זאָגן דעם מאָנאָלאָג פאַרן טויט. ער האָט חרטה און ווערט אַ ייד. נעבּן מיר וועט שטיין ד״ר הערצל און איך וועל האַלטן מיין מאָנאָלאָג מיט ליכט־עפעקטן. צום סוף וועל איך ענדיקן מיט מיין בּאַרימט לידל, וואָס איז מיין „קאָניאָק”.
- יודעלע, מיין קרוין, מיין געשעצטעס נאַציאָן!
- דו טראָגסט הויך דיין יודישען פאָן.
- דו עקזיסטירסט פון אייבּיק אָן,
- צו זיין אַ י איז גאָר אַן אַנטיק,
אַ גרויסעס, וואַרעם גליק,
- טאָמער גיט מען דיר אַ דרוק,
- און ווערסט פאַרשוואַרצט, ווי אַ טאָטער,
- שיצט דיך דיין הימעל־פאָטער
- און הערסט דיינע שונאים ווי דעם קאָטער!
איך האָבּ מיך איבּערגעלייגט און מסכּים געווען.
– גוט, גוט. מילא אַ סוף זאָל עס נעמען. זאָל מען שוין שפּילן מיין שטיק.
אַוועק אַ חודש צייט פון פּראָבּן, נאָך דעם ווער איך פּלוצלינג איינגעלאָדן צום טעאַטער־דירעקטאָר אויף אַ קאָנפערענץ. ער האָט עפּעס צו מאַכן עטלעכע בּאַמערקונגען:
– דהיינו, וואָס?
– די אַקציע פון דעם שטיק – זאָגט ער – „די פעווראַלסקע־רעוואָלוציע” שפּילט זיך אָפּ אין „זשימנע דוואָרעץ” אום ווינטער־צייט. און דאָס איז אוממעגלעך, מחמת די אַרטיסטן האָבּן נישט קיין ווינטערדיקע בּגדים.
– איז וואָס זשע טוט מען דערצו?
– מען מוז זען, אַז „פעווראַלסקע־רעוואָלוציע” זאָל פאָרקומען אין תּמוז.
פרעג איך דאָך אים:
– היתּכן? עס וועט דאָך נישט שטימען מיטן קינסטלערישן אמת?
זאָגט ער:
– אמת, שמעמעס... מען קאָן אַריבּערטראָגן די רעוואָלוציע קיין שפּאַניען. בּשעת הדחק קאָן מען די גאַנצע אַקציע אַריבּערפירן קיין טערקיי, קיין גריכנלאַנד, קיין מעקסיקע, דאָרט קומען אויך פאָר רעוואָלוציעס, אַבּי נאָר אין אַ וואַרעמער געגנט.
האָבּ איך זיך ווידער בּאַטראַכט און איבּערגעלייגט זיך און איינגעשטימט.
– אַ סוף, זאָל מען מאַכן די קליינע ענדערונג, אַבּי מען זאָל שוין שפּילן און לאָמיר שוין זען די פרוכט פון מיין שאַפן אויף די בּרעטער פון קונסט־טעמפּל.
ס׳איז געקומען די גרויסער טאָג פון דער פּרעמיערע. איך זיץ אין טעאַטער, מיין האַרץ פלאַטערט... וואָס איז געשען? עפּעס דערקען איך נישט מיין ווערק. איך רוף אָפּ דעם טעאַטער־דירעקטאָר אָן אַ זייט און פרעג, וואָס שפּילט מען עס אַזוינס?
– ענטפערט ער מיר: – איר זעט נישט וואָס מען שפּילט? „כאַסיע די יתומה”.
מאַך איך דאָך זייער אַ פאַרווונדערט פּנים. דערקלערט ער מיר:
– פאַרשטייט איר מיך – זאָגט ער – „כאַסיע די יתומה” איז שוין אַן אויסגעשפּילטע זאַך און אייער שטיק איז אַ נייעס און מען מוז מאַכן פּראָבּן, אָבּער דאָס טעאַטער איז נישט געהייצט און ס׳איז קאַלט, כאָטש וועלף פאַרטרייבּ... אַ מער האָבּן מיר גענומען און געשטעלט „כאַסיע די יתומה”.