אריינפיר אין חסידות המשך
- דער ערשטער קאפיטל: אריינפיר אין חסידות:
אריינפיר אין חסידות - - אריינפיר אין חסידות המשך - - - - צוריק צו אריינפיר אין חסידות און דער וועג פון חב"ד
עצבות און איר תיקון
רעדאַקטירןמיט דעם ענין פון מחשבות זרות און תיקון-המידות איז ענג פארבונדן דער ענין עצבות. כדי צו דערהויבן די וועלט, ארויסהויבן זי פון אחית- עינים צו יחוד, פון אפגעדאכטער באזונדערקייט צו באהעפטונג מיט גאט, מוז מען טרייבן פון זיך די עצבות און זיך דעדהויבן צו העכערער שמחה.
ווי אזוי גיט מען א תיקון דער עצבות? ווי אזוי דערהויבט מען זי צו איר שורש? דורך באנעמען דאס, וואס איר פעלט אין תוך, אין פנימיות.
די דערהויבענע גייסטיקע שטימונג פון דעם חסיד האט באזונדערס קלאר אויסגעדריקט רבי ר' בער, דער זון פון דעם בעל-"התניא" (דער מיטעלער רבי), דער טיפער חסידישער דענקער און עקסטאטיקער, ווען ער האט אנגעוויזן אויף דער ענלעכקייט צווישן דעם אינערלעכן טרויער פון יעדן גייסט-מענטש און דעד התלהבותדיקער נשמה-שמחה, וואס עס פאדערט די הייסע אמונה.
דער רבי ר' בער זאגט אין זיינע "שערים" אזוי:
"דער, וואס זיין הארץ איז תמיד פארדאגהט, שטייט אויף גאר הויכער מדרגה, ווארום ער איז דאך פארזארגט נישט דערפאר, וואס ער וויל עפעס דערגרייכן פאר זיך, נאר ווייל די אינווייניקסטע נקודה פון זיין הארץ איז אזוי שארק פארבונדן מיט דעם עצם פונעם אין-סוף, אז אלע אנדערע פארלאנגען האבן פאר אים קיין שום ווערט נישט. אט דאס איז די סיבה פארוואס עס זארגט זיך שטענדיק זיין הארץ. ווען וועט ער שוין זען די שיין פון דעם לעבעדיקן גאט, דעם אמת פון דער אומענדלעכער ליכטיקייט? די דאזיקע דאגה איז אזוי שטארק, אז ער איז מבטל אינגאנצן זיין לעבן, וואס האט קיין שום ממשות נישט קעגן דער אמתער, אינערלעכער ליכטיקייט פון זיין חיות, און קעגן דעם גליק פון באהעפטן די אייגענע נשמה מיט דער אייביקייט. ווערט עס שוין די זעלביקע מדרגה פון דעם פריידיקן לעבן און פון די אייביקע פארגעניגנס, וועלכע שטאמען פון דביקות אין דער עצמות פונעם אין סוף, וואס מיר געפינען ביי די גרויסע צדיקים, ווי משה רבינו, למשל, וואס איז געשטארבן בנשיקה (געקושטערהייט) אין זיין טיפער געטלעכער דביקות און ביי זיין לעבן האט אויך די שכינה ארויסגערעדט פון אים, און די שטארקע ליכטיקייט פון דעם אומענדלעכן האט באלויכטן זיין נשמה און זיין פנים".
נאך מער האט געזוכט צו געפינען דאס גלייכגעוויכט צווישן דעם טיפן טרויעד און דער גייסטיקער דערשלאגנקייט פון איין זייט, און דער דערהויבענער מונטערער נשמה-שטימונג פון דער צוייטער זייט, - זיין חב"ד-תלמיד, דער ווייניק באקטנטער, אבער אומגעוויינלעך טיפער מעטאפיזיקער ר' אויזיק עפשטיין אין זיין "השפלות והשמחה":
"וואס עס ווערט דערמאנט אין דער גמרא דער ענין פון "גם זו לטובה" הייסט עס אזוי: יענע צדיקים האבן געשפירט דעם פאגעניגן, וואס עס האבן אין זיך די יסורים. דאס איז געגליכן צו די דיער שטטרקע געטראנקען, וואס איינער טרינקט זיי און פילט א גוטן טעם אין דעם, ווייל ער איז שטארקער, פון דער נאטור און האט א געזונטן קאפ; אן אנדערער אבער, טרינקט די זעלביקע משקה און קען דאס נישט פארטראגן. ער האט א שוואכע נאטור און שוואכן קאפ אזוי, אז ער איז צו-שוואך צו געניסן פון דער הנאה, וואס דער ערשטער האט פון דער דאדקער ברענענדיקער שארפקייט. פאר אים איז די שארפקייט א ווייטיק, א רייסעניש, כאטש אין דער אמתן ווירקט דאס צום גוטן אויך אויף אים. יענע חכמים, וואס האבן געזאט: "גם זו לטובה", האבן געהאט אין זיך אט די שטארקייט פון דער נאטור; זיי האבן ארויסגעזאגט זייער צופרידנקייט און אויסגעדריקט אין אן אויסערלעך געפיל די באהלטענע גוטסקייס, וואס איז פאראן אין דער שארפקייט פון די יסורים. אנדערע ווידעד דינען פאראן, וואס האבן נישט דעם גרויסן כח אויסצודריקן אויסערלעך זינע פארגעניגן דערפון; אבער אינערלעך פילן זיי פונדעסטוועגן די פארבארגענע גוטע זייטן פון די אלע צרות; אויף די האט מען געזאגט: זיי פרייען זיך מיט זייערע יסורים, דאס הייסט זיי שפירן טאקע ממש די יסורים און פונדעסטוועגן פרייען זיי זיך וייל די שפירן אויך דאס גוטע, דעם פארגעניגן."
אין אט די ווערטער פון ר' אייזיק עפשטיין, דעם גרויסן חב"דישן דענקער, ווערט אפשר צום בעסטן אויסגעדריקט יענער קוק אויף דער וועלט – און אויפן שלעכטס – וואס חסידות האט געירשנט פון דעם בעל-שם- טוב. פונקט ווי די וועלט איז פאראן (וייל – און אויף וויפיל – גאט האט זי באשאפן) און דאך איז זי נישט פאראן (וייל – ווי דער רב מליאדי זאגט – נאר גאט איז "קלאר פאראנען"), אזוי זיינען אויך דאס שלעכטס און די יסורים פון דער וועלט עפעס, וואס איז ממשותדיק ("זיי שפירן טאקע ממש די יסורים", ווי ר' אייזיק עפשטיק, ר' איטל האמלער, זאגט), און צוגלייך טראגן זיי אין זיך – זייער אייגענע אפלייקענונג: זיי טראגן אין זיך א באהאלטענע גוטסקייט, א געהיימע פריידיקייט. מיט אנדערע ווערטער - זיי זיינען, ווי דער בעש"ט האט געלערנט, א "כסא לטוב"...
דריי ליבשאפטן און דער וועג צו דביקות
רעדאַקטירןדורך דריי ליבששפטן - אהבת המקום, אהבת ישראל און אהבת התורה - גייט דער חסיד צו גאט די דריי ליבשאפטן האט געלערנט דער פאטער פון חסידות, ר' ישראל בעל-שם-טוב. וואס האט דער בעש"ט געלערנט אין דעם ענין פון אהבת המקום - ליבשטפט צו גאט? ביזן קומען פון דעם בעל-שם-טוב האט מען דעם דאזיקן ענין פארשאנען אויף דעם שטייגער ווי מ'האט ליב א גרויסן מלך, אדער, אין בעסטן פאל, ווי מ'האט ליב א בארעמהארציקן טאטן. מ'רעדט שוין נישט פון אן "אהבה התלויה בדבר", א ליבע צו גאט, וואס איז אויסן לאנגע יארן, "בני, חיי ומזוני" (קינדער, לעבן און פרנסה). איז געקומען דער בעל-שם-טוב און האט געלערענט, אז אין דער ליבשאפט צו גאט מוז זיין א טיפע "דארשטיקייט" און א התלהבות, "א גלוסטונג שטארקער ווי א לייב" (חשק עז מארי), ווי עס דריקט-זיך אויס ר' ישראל נגארה. עס מוז זיין א ליבשאפט, וואס זאל אנפילן גוף און גייסט צוזאמען, נישט איבערלאזן קייז ארט פאר קיין שום אנדער ליבשאפט אדער באגערונג.
איז דער בעש"ט געווען טאקע דער דורכאויס-ערשטער, וואס האט דאס געלערנט? זיינען נישט געווען קיין פאגייער?
דער אמת איז, אז אויך פאר דעם בעש"ט האבן זיך געפונש צווישן די גדולי-האומה אזעלכע, וואס האבן די ליבשטפט צו גאט אויפגעפאסט ווי א גלוסטונג, וואס פאדערט פאר זיך דעם מענטש אינגאנצן. מיר געפינען דעם צוגאנג ביי ר' סעדיה גאון, מיר געפינען אים ביי ר' אלעזר רוקח, ביי ר' יהודה החסיד. נאענט צום בעל-שמס צייט - ביי ר' ישראל נג'ארה, אין דער צייט פון בעש"ט - ביי ר' חיים בן עטר. און אנדערע גדולי ישראל - א שטייגער רבנו בחיי, אדער דער נשר הגדול, דער רמב"ם, - ווי אזוי האבן זיי דעם ענין אויפגעפטסט? ווי אן אקט פון דערקענטעניש, פון שכל'דיקן באנעמען. אויך די פריער דערמאנטע פאדערן פון דעם מענטש גאט-דערקענטעניש, אבעד צוזאמען דערמיט פאדעדן זיי אויך, אז די ליבשאפט צו גאט זאל אין זיך אריננעמען סיי דעם העכסטן אלגעמיינעם רצון פון דעם מענטש (זיין, אזוי צו זאגן, "רעווא דרעווין" - זיין ווילן איבער ווילנס), סיי די באזונדערע און איינצלנע ווילנס זיינע, סיי זיין לעבנס-באגער, סיי אלע מחשבות זיינע, אלע דיבורים, אלע טואונגען.
האבן די יענע געוואלדיקע ליבשאפט דערקענט פון דער אייגענער העכערער נשמה זייערער, אדער האבן זיי געזען זי ביי אנדערע אויך? יא, זייי האבן זי שוין געפונען ביים תהלים-זינגער: "ווי אן אינד טוט ברומען איבער וואסער-באכן, אזוי טוט ברומען מיין נפש צו דיר, גאט... עס דארשטיקט מיין נפש נאך גאט, דעם לעבעדיקן גאט - ווען וועל איך קומען און זען גאט אנגעזיכט? מיין פלייש גייט אויס, און מיין הארץ - דער פעלז פון מיין הארץ און מיין ארב-טייל איז גאט אויף אייביק"...
נאר אויב אזוי - וואס האבן זזי מחדש געווען? איז דער ענטפער: ר' סעדיה גאון און די, וואס זיינען געקומען נאךד אים, האבן געמאכט דערפון א טאג-טעגלעכע רעטליטעט. פון רוח-הקודש-מאמענטן איז געווארן א נשמה-נויטווענדיקייט.
און וואס האט מחדש-געווען דער בעש"ט?
ר' סעדיה גאון און די אדערע, ווי שטארק די זאלן נישט הויבן און הייליקן די ליבשאפט צו גאט, איז זי ביי די - פונדעסטוועגן - א מצות-עשה ווי אלע אנדערע מצוות. ביים בעש"ט איז זי - אלץ. ארום דעם דרייען זיך אלע זיינע תורות, דיבורים, טואוגגען, מעשיות און משלים.
נאךד אהבת המקום, די ליבשאפט צו גאט, קומט ביים בעל-שם-טוב - אהבת ישראל, די ליבשאפט צו יידן. וואס זשע האט דער בעש"ט אויפגעטאן בנוגע אט דעם צווייטן ווינקלשטיין פון זיין לערע?
ביז ר' ישראל בעל שם טוב איז אהבת-ישראל באאשטאנען, דאס רוב, פון ליבשאפט צו די גוטע און גייסטיק גרויסע, גייסטיק אויסגעצייכנטע. איז געקומען דער בעש"ט און האט געלערנט ליבשאפט צו כלל ישראל, נישט נאר צו די גוטע, נאר אויך צו מיטעלע "צו בינונים", און נישט- נאר צו מיטעלע, נאר אפילו צו שלעכטע, און אפילו צו די גאר שלעכטע אויך, אויב זיי זיינען נאר געבונדן - ווי דין די פעדעם פון דעם צובונד זאלן נישט זיין - צו דער הייליקער אומה, וואס ליידט תמיד און ווארט אויף גאטס ישועה.
דער בעש"ט האט צו איינעם פון זיינע מקורבים געזאגט .גלויב מיר, איך האב ליב אפילו דעם סאמע נידעריקסטן ייד א סאך מער ווי דו האסט ליב דעם אייגציקן זון דינעם'".
און די דריטע ליבשאפט - די ליבשאפט צו דער תורה?
אהבת-התורה איז געוויילעך דער טייטש: לערנען תורה מיט התמדה, מיט חריפות, בקיאות, פארטיפטקייט. דאס אלץ איז אויך אריין אין דעם אהבת-התורה-באגריף פון דעם בעל-שם-טוב, אבער דער עיקר איז געווען ביי אים דאס אויפדעקן די פארבארגענע תורה-ליכטיקייט און די צונויפקניפונג פון דער נשמה מיט גאט דורך דעם אור, וואס לעבט אין די תורה-אותיות, דורך די וועלטן און נשמות, וואס זיינען דא אין יעדן אות, דורך די צירופים, וואס ווערן פון די אותיות געמאכט, און די יחודים , וואס דארפן דערנענטרן משיחס קומען.
די צונויפבינדונג מיט גאט - די דביקות - איז א יסוד-זאך אין דער לערע פון חסידות. דורך די דריי ליבשאפטן, וואס זיינען איינס, - אהבת המקום, אהבת ישראל און אהבת התורה, - איז מען זוכה צו דביקות.
חב"ד האט מוסיף געווען נאך עפעס: הסתכלות, טיפע אינערלעכע קאנטעמפלאציע דורך פארייניקונג פון די דריי מידות - חכמה, בינה, און דעת.
חסידות און משיח-דערווארטונג
רעדאַקטירןמען וועט קיינמאל נישט פארשטיין ווי עס געהער צו זיין די פארהעלטעניש פון פארשידענע חסידישע רביים צו די וועלטגעשעענישן פון אכטצנטן יארהונדערט און אנהויב פון 19טן יארהונדערט, ווי מען וועט זיך ניט קלאר מאכן דעם משיחישן תוך פון חסידות, דאס הייסט, אויף ווי וייט חסידות איז באלד פון אנהויב געווען די טרעגערין פון דער משיח-אידייע. חסידות איז געווען אי א פארזעצונג אי א היפוך פון די פריערדיקע משיחישע באוועגונגען. א פארזעצונג - אין דעם זין, וואס חסידות האט געשטרעבט ווי צומגיכסטן אראפצוברענגען משיחן; א היפוך אין דעם זין וואס חסידות האט אויסגעמיטן די מיאוסע, פאלשע, פארקרימטע און פארדרייטע וועגן פון די שבתי-צביניקעס, און האט זיך באלד ביים אנהויב געשטעלט אויפן פעסטן באדן פון דער תורה, פון העכסטער זיטלעכקייט, ריינקייט אין געדאנק און טואונג. ווי ווייט חסידות איז געווען אי א פארזעצונג אי א היפוך פון שבתאות און פראנקיזם, זעט מען פון דעם ווייטערדיקן סיפור וועגן דעם פאטער פון חסידות, ר' ישראל בעל שם טוב:
"שבתי-צבי איז אמאל געקומען אין חלום צום בעש"ט, בעטן ביי אים א תיקון, אז דער בעש"ט זאל זיך מיט אים מקשר-זיין (צוזאמענבינדן) נפש מיט נפש, רוח מיט רוח, נשמה מיט נשמה. האט דער בעש"ט אנגעהויבן זיך מתקשר-זיין מיט אים זייער לאנגשם, דען ער (שבתי-צבי) איז אג גרויסער רשע געווען" (שבחי בעש"ט דף, י. ע"ב).
און ווידער דארט: "אמאל איז געקומען שבתי-צבי ימח שמו און האט אים (דעם בעש"ט) איבערגערעדט (ופתה אותו ח"ו) און האט אים א שליידער-געטאן ביז אין שאול תחתיה אריין".
אויך דארט: דער בעש"ט האט געזאגט, אז אין אים (אין שבתי צבי) איז געווען א הייליקער פונק, נאר דער ס"מ האט אים אריינגעכאפט אין זיין נעץ. געקומען איז עס אים (שבתי צבי) דורך זיין גאוה און דורך זיין כעס".
און אט איז א סיפור וועגן בעש"ט, וואס האט א שייכות מיט די מעשים פון די פראנקיסט:
"דער בעש"ט האט געזען א גרויסן קטרוג, אז מען וויל ביי יידן צונעמען די תורה שבעל פה, איז דער בעש"ט זייער טרויעריק געווען א גאנצן ערב-יום-כיפור. צו אוונט זיינען געקומען די שטאטלייט צו אים, אז ער זאל זיי בענטשן. ער האט געבענטשט איינעם צי צוויי פון די און האט געזאגט: "מער קען איך נישט, דען עס טוט מיר זייער וויי". אזוי האט ער פון זיי מער קיינעם נישט געבענטשט. און איז געגאנגען אין שול אריין, און האט געזאגט רירנדיקע ווערטער, און איז אריינגעפאלן אין ארון הקודש, און האט געשריען און האט געזאגט, וויי! וויי! מען וויל פון אונדז די תורה צונעמען. ווי אזוי וועלן מיר אפילו א האלבן טאג קאנען לעבן אן איר ? דאן האט ער שטארק געצארנט אויף די רבנים און האט געזאט, אז דאס איז אלץ איבער זיי, ווייל זיי טראכטן אויס פון זייערע קעפ פאלשע הקדמות. אויך האט ער געזאגט, אז אלע תנאים און אמוראים שטייען צום משפט".
דערנאך ווערט געשילדערט אין דער מעשה, ווי אזוי דער בעש"ט איז אריינגעפאלן אין א געוואלטיקן התלהבות. עס ווערן געשילדערט די אויסערלעכע סימנים פון יענעם עקסטאז, דערנאך דאס דערוואכן און צו זיך קומען. דער בעש"ט האט שפעטער דערציילט, ווי אזוי ער איז געגאנגען פון עולם צו עולם, און ווי אזוי ער האט אנגעטראפן תפלות פוופציק יאר, וואס האבן קיין עליה נישט געהאט, און ווי אזוי ער האט גענומען אויפהויבן די תפילות דודך "א טויער, וואס איז גרויס ווי גאר די וועלט", און ווי אזוי א מלאך האט דעם טויער פארשלאסן מיט א גרויסן שלאס, און ווי אזוי ער האט צוזאמען מיט זיין הימלישן רבין, אחיה השלוני, געפרואווט דעם שלאס ברעכן און ניט געקענט, און ווי אזוי זיי האבן זיך ביידע אריינגעריסן מיט גרויס שטורם אין היכל-משיח אריין, און ווי אזוי משיח האט אים (דעם בעש"ט) דערזען פון ווייטן און האט געזאגט: "שריי ניט" און האט אים געגעבן צוויי אותיות, מיט וועלכע דער שלאס ווערט געעפנט, און דורכדעם האט ער געפועלט, אז די גזרה זאל בטל ווערן. נאר א שטיקל צייכן פון איר איז געבליבן, דאס איז די גזרה צו פארברענען די ש"סן, וואס איז געקומען דורך די מסירות פון די פראנקיסטן.
עס ווערט ווייטער דערציילט, ווי אזוי די פראקיסטן האבן זיך צעשמדט און וואס דער בעש"ט האט דערויף געזאגט , "די שכינה קליאגט און זאגט: כל-זמן דער אבר איז באהעפט איז נאך דא א האפונג, אז ער וועט געהיילט ווערן, נאר רז מען שניידט-אפ דעם אבר, איז אלץ פארפאלן, ווארום יעדער ייד איז אן אבר פון דער שכינה".
פון דעם סיפור זעס מען ארויס בולט אי די פארביטערונג פון בעש"ט אויף די פראנקיסטן, אי דאס רחמנות אויף זיי, אי זיינע משיח-טרוימען.
אין דעם בריוו, וואס דער בעש"ט האט געשיקט צו זיין שוואגער רבי גרשון קיטיווער וועגן דער "עלית נשמה", וואס ער האט געהאט אין יאר תק"ו, האבן מיר ווידער פאר זיך די אינטימע באציאונג צו משיחן. גייענדיק פון היכל צו היכל, קומט ער אן, צום סוף, צום היכל-משיח, און ער פרעגט אן צערעמאניעס: "ווען קומססו?" משיח ענטפערט אים: "ווען אלע וועלן קענען מיחד-זיין יחודים, אזוי ווי דו. דער גאנצער בריוו (געדרוקט אין "כתר שם טוב" און אין פיל חסידישע ספרים) איז א מאניפעסטאציע פון דער משיח-אידעע.
די משיח-דערווארטונגען און הייסע משיח-טרוימען דינען אריבער פון בעש"ט צו זיין תלמיד רבי בער פון ראוונע (נאכדעם פון מעזריטש) שן פון אים - צו רבי בערס תלמידים. צוזאמענקומענדיק זיך פלעגט מען דער עיקר זוכן תיקונים, ווי אזוי צו מקרב זיין די גאולה. דער רבי מלך (רבי אלימלך מליזענסק) איז כל ימיו אומגעגאנגען אין איין גרויסן, הייליקן משיח- טרוים. ער איז אזוי זיכער געווען אין דער גיכקייט פון משיחס קומען, און איז געווען פול מיט גלויבן אין זיין אייגענער גייסטיקער ארבעט אינעם זין פון גאולה, אז ער האטס געזאגט: "איך וואונדער מיך זייער. די הייליקע תנאים האבן דאך געזען ברוח הקודש ביז די לעצטע דורות, און האבן גערעדט וועגן אזוי פיל גזירות רעות און יסורים, וואס וועלן זיין איידער משיח וועט קומען, און זיי האבן גארניט געזען, אז עס וועט זיין אן אלימלך אויף דער וועלט, און אז אלע רעות און גזירות האט אלימלך ממתיק-געווען און מבטל-געעען" ("עשר צחצחות" י"ב, ע"ב).
רבי נפתלי ראטשיצער, א תלמיד פון רב מענדל רימנאווער, האט אמאל געהערט פונעם רימאנאווער, אז ווער עס לעבט אין דער צייט, וואס דער קאזשעניצער מגיד איז אויף דער וועל און זעט אים ניט, וועט ער ניט זוכה- זיין צו זען פני משיח. דערהערנדיק דאס, האט רבי נפתלי גענומען דאס זעקל אויף דער פלייצע, דעם שטעקן אין האנט שן ניט רערנדיק קיק ווארט איז ער געלאפן קיין קאזשעניץ, און איז במקלו ותרמילו אריינגעפרלן צום קאזשעניצער אנצוקוקן אים, טאמער חס-ושלום פארשפעטיקט ער איין מינוט און דערווייל קומט משיח איידער ער האט נאך געזען דעם מגיד ("עשר אורות" ל"ז, ע"א).
רבי משה טייטעלבוים פלעגט זאגן צו זיין משמש יעדעס מאל איידער ער פלעגט זיך צולייגן: "אז משיח וועט קומען, זאלסטו מיך למען השם בזה הרגע אויפוועקן." ("סדר הדורות החדש" אות מ').
רבי נחמן בראצלאווער האט אלע זיינע רעליגיעזע איבערלעבונגען, זעאונגען און טרוימען, קאנצענטרירט אין משיח-אראפברעננען, און האט מבטיח געווען, אז בכל אופן וועט משיח ארויסקומען פון זיין נאכקומענשאפט. (חיי מוהר"ן).
אין דער צדיקים-משפחה פון דעם מעזעריטשערס אפשטאמונג, ביי די קינדער פון רבי ישראל רוזשינער, איז געווען א מסורה, אז דער מעזעריטשער האט מיט אלע כחות געוואלט אראפברענגען משיחן, און נאר דורכדעם, וואס זיינע תלמידים האבן זיך אויף דעם ניט גוט פטרשטטנען, האט ער זיינס ניט טדורכגעפירט. ("דברי דוד" פונעם טשארטקאווער).
דער מעזעריטשער האם געהטלטן, אז ער קומט ארויס פון מלכי בית דוד און זיין אייניקל רבי שלום (דער זון פון ר' אברהם המלאך) האטם זיך געהאלטן פאר א ריש גלותא. און דעריבער הטט ער זיך זייער ברייט אויפגעפירט, און האט אויסערגעויינלעך מקפיד-געווען אויף שיינקייט. דיזעלבע פארשטעלונג איז אריבער צו רבי ישראל ריזשינער און צו די קינדער זיינע.
הגם מיו רעדן דא איבערהויפט וועגן די ערשטע רביים, קענען אונדז דינען אויך די גלויבונגען פון די שפעטערע רביים ווי א באווייז, ווי ווייט חסידות איז לויטן שורש ענג צוזאמענגעבונדן מיט דער משיח-אידעע.
אזוי האט ר' משה-לייב לענטשנער געזאגט: דער ייד הקדוש האט געזאגט, אז איך בין משיח בן יוסף. באמת קום איך, אבער, ארוים פון בית-דוד. ("עשר עטרות", י"ד, ע"ב). מעגלעך, אז אויף דעם באדן איז אויפגעקומען די מחלוקת פון אנדערע גוטע-יידן אויף דעם ייד הקדוש.
די קעגנער פון רבי דודל טאלנער האבן געמסרט, אז ביי אים, ביי דודלען, איז דא א שטול מיטן אויפשריפט: "דוד מלך-ישראל חי וקים". פארשטייט זיך, אז רבי דודל האט עם געמיינט אין ריין מיסטישן זין, אוז ס'איז נישט געווען אין דעם קיין זינד קעגן דער מלוכה. רבי דודל האט פיל יסורים געהאט אויף זיך פון אט דער אויפשריפט, וואס האט אויסגעדריקט זיינע משיח-טרוימען (זע "כתר כהונה" א"אנד).
מיט די משיחיטע שליחותן, וואס חסידות האט אויף זיך גענומען, איז געווען פארבונדן די מיסטישע ארץ-ישראל-נסיעה פון ר' נחמן בראצלאווער. אויך די באציאונג צו נאפאלעאנען האט געהאט צו טאן מיט משיח-דערווארטונגען. רביים, וואס זיינען געווען קעגן נאפאלעאנען, - למשל, דער רב מליאדי, - האבן אין אים געזען א פינצטערע קראפט, וואס פארהאלט די גאולה. און פארקערט, יענע רביים, וואס זיינען געווען אויף נאפאלעאנס צד, האבן געגלויבט, אז נאפאלעאנס נצחונות זיינען פארבונדן מיט נאענטער גאולה-הילף. אזוי האט געגלויבט ר' מענדל רימאנאווער, אזוי האבן געגלויבט נאך רביים. דער מאטיוו אין דעם אלעמען איז געווען איינער; די דערווארטונג פון משיחישער דערלייזונג.
און נישט נאר משיח-דערוןארטונג איז געווען אין חסידות, נאר אויך כסדרדיקע גייסט-ארבעט אין אט דער ריכטונג. דער גאנצער פלאן פון חסידות איז שוין דא אין דער מעשה, וואס מיר האבן געבראכט - אין דעם בעל-שמס פראגע ביי משיחן : ווען קומסט? און אין משיחס ענטפער. אין אט דער נקודה, דער משיח-נקודה, האבן זיך צונויפגעטראפן די אלע שפעטערדיקע וועגן און שיטות פון דעד חסידישער באוועגונג. חסידות איז א באוועגונג, וואס האט געוואלט צוגרייסן דאס פאלק, אז עס זאל קאנען מקבל-פנים זיין משיחן.