אריינפיר אין חסידות און דער וועג פון חב"ד אריינפיר - ווארט

צוריק צו אריינפיר אין חסידות און דער וועג פון חב"ד


אריינפיר-ווארט

חסידות און השכלה, – צוויי היפוכדיקע באוועגונגען, וואס היסטאריש זיינען אויפגעקומען אין איין צייט, – האבן באקעמפט איינס דאס אנדערע. השכלה האט געוואלט צעשטערן דאס, וואס חסידות האט געבויט. ווען אליעזר צבי הכבן צווייפל האט ארויסגעגעבן זיין "שלום על ישראל", וואו ער האט אנגעוויזן אויף די אייביק-יידישע ווערטן וואס זיינען דא אין חסידות, האבן אים די משכילים באטראכט ווי א פאררעטער. ערשט ווען די השכלה האט באנקראטירט סיי ווי א געדאנקען גאנג, סיי ווי א פארמעסט צו פארענפערן די יידן-פראגע דורך דעם טאפל-רעצפט פון היה אדם בצאתך ויהודי באהלך", – ערשט דאן האט זיך צוזאמען מיט דער געענדערטער באציאונג צום יידישן פאלקס-לעבן, געענדערט אויך די באציאונג צו חסידות.

יצחק-לייבוש פרץ, מיכה-יוסף בערדיטשעווסקי, יהודה שטיינבערג, האבן אריינגעבראכט אין דער ליטעראטור דעם חסידישן מאטיוו. ס'איז אבער געווען מער חסידישער מאטיוו, איידער חסידות גופא.

מיין פאטער איז געווען דער, וואס האט אין פארשיידענע ווערק, צווישן זיי "החסידות" (פרקים פון "החסידות" זיינען אריין אין ערשן אפטייל פון איצטיקן באנד), געגעבן נישט די בעלעטריסטיק, אזוי צו זאגן, פון חסידות, נייערט די עצם אינהאלטן פון חסידות. אחוץ זיין חסידישער דערציאונג און טיף-חסידישן טעמפעראמענט, האט אים דא ארויסגעהאלפן זיין גרינטלעכע קענטשאפט פון דעם אלגעמיין-פילאזאפישן געדאנק, – א קענטשאפט, וואס האט אים געגעבן די מעגלעכקייט קלאר-צו-מאכן מאטיפיזישע אינהאלטן און ווערטן דורך פארלייך און אנטקעגנשטעל.

דער איצטיקער באנד, דער צווייטער פון מיין פאטער געזאמעלטע כתבים אויף יידיש, באשטייט פון ארבעטן, וואס זיינען געשריבן געווארן אין פארשיידענע צייטן. דער באנד איז אבער צונויפגעשטעלט געווארן לויט אן איינהייטלעכן פלאן, אזוי, אז ער זאל שאפן א בארשטימטע גאנצקייט. צוערשט קומט אן אלגעמיינער אריינפיר אין די העכערע אינהאלטן פון חסידות. דערנאך וועט באזונדער בלויכטן דער וועג פון חב"ד, ווארום חב"ד איז אין חסידות א מין מלוכה אין א מלוכה. א וועלט אין א וועלט (דעם באזונדערן דרך פון דעם בראסלעווער איז געווידמעט געווען דער גאנצער ערשטער באנד).

דער וועג פון חב"ד ווערט באלויכטן אויף צוויי אויפנים: דורך א מאנאגראפיע וועגן דעם גרינדער פון חב"ד, דעם רב מליאדי, און דורך אן אריינפיר אין דער חב"דישער מיסטיק און מעטאפיזיק – אין דעם פארעם פון שמועסן. די דאזיקע שמועסן, וואו די יסודות פון חב"ד ווערן באלויכטן אויף אן אייגנארטיקן דיאלעקטישן שטייגער, זיינען געהאט דערשינען אין ווארשע אין א באזונדערן אויסגאבע אין די לעצטע יארן פאר דער צווייטער וועלט-מלחמה. צום סוף קומען עסייען איבער דערשיינונגען אין חסידות און א זאמלונג ווערטער און געדאנקען פון גרויסע רביים, צווישן זיי עטלעכע קורצע חב"דישע תורות.

אזוי ארום איז דאס גאנצע בוך אן אריינפיר אין דעם תוך פון חסידות. דער צוגאנג איז נישט לויט עפעס א דרויסנדיקע היסטאריש-סאליאלאגישער מאס, נאר פון אינעווייניק ארויס.

צו דער עסיי וועגן דער קאצקער דרך ("יחיד און רבים"), וואס גייט אריינ אין איצטיקן באנד, דארף ווערן באמערקט, אז א לענגערע סעריע ווען קאצק, געבויט אויף אויטענטישע קאצקער מסורות, האט מיין פאטער ז"ל געהאט פארעפנטלעכט אין ווארשעווער "מאמענט". די דאזיקע ארבעט, צוזאמען מיט אנדערע ארבעטן ווען חסידות ענינים, ווערט אריין אין איינעם פון די קומענדיקע בענד.

פארן איבערגעבן צום דרוק דעם איצטיקן באנד וויל אים נאך אויסבעסערן און אומפינטקלעכקייט, וואס האט זיך אריינגעכאפט אין דער אפהאנדלונג וועגן מיין פאטער, געדרוקט אין אנהויב פון ערשטן באנד: ווען מיין פאטער האט פארעפענטלעכט אין ווילנער "דאס יידישע פלאק" זיין "בענקשאפט נאך שיינהייט", איז דער רעדאקטאר פון דער דאזיקער אויסגאבע געווען דר. י. לוריע, נישט י. גרינבוים.

אגב אין איצטיקן באנד, זיין 181, לעצטע שורה, אנשטאט: וועגן דעם פון חב"ד, דארף זיין: וועגן דעם וועג פון חב"ד. אויף דער זעלבער זייט פריער, שורה 11 פון אונטן, אנשטאט: איבער די עמאציעס און מידות, וכו', דארף זיין: איבער די עמאציעס – די מידות פון חכמה, בינה און דעת.

* * *

דער פארלאג "מתנות" פארדינט זיכער אלעמענס דאנק און אנערקענונג פאר נעמען אויף זיך אזא וויכטיקע און אחריותדיקע ארבעט ווי דאס ארויסגעבן מיין פאטערס געזאמלטע ווערק.


אהרון צייטלין