אלה תולדות נח
א פאלקס-ליד
אלה תולדות נח
אלה תולדות נח,
פֿון בראנפען קריגט מען כח,
אַ גלעזעלע ווייַן איז דער עיקר,
פֿון בראָנפען ווערט מען שכּור.
אבֿ איז א פֿאָטער,
א פאטער איז אן אב,
קדר איז א טאָטער,
אַ טאָטער איז א קדר,
בגדים זענען קליידער,
קליידער זענען בגדים,
רויט איז אדום,
אדום איז רויט,
לחם איז ברויט,
ברויט איז לחם,
טראַכט הייסט רחם,
רחם איז טראכט,
שמונה איז אַכט,
אַכט איז שמונה,
אַ טויב הייסט יונה,
יונה איז אַ טויב,
מצנפת איז אַ הויב,
אַ הויב איז מצנפת,
אַ שטאַל הייסט רפת,
רפת איז א שטאַל,
מרה איז א גאַל,
אַ גאַל הייסט מרה,
אַ קו הייסט פרה,
פרה איז אַ קו,
בֹקר איז אין דער פֿרי,
אין דער פֿרי איז בֹקר,
טייַער הייסט יוקר,
יוקר איז טייַער,
אש איז פֿייַער,
פֿייער איז אש,
בשר איז פֿלייש,
פֿלייש איז בשר,
חזיר איז אָסור,
אָסור איז חזיר,
מים איז וואַסער,
וואַסער איז מים,
לאָמיר ביידע טרינקען לחיים