פֿ‏‎ון אליעזר שינדלער (1892 – 1957)


אַכסניה אין סטעפּ

אין אַכסניה רויכיק-טונקל
קאָפּּטשען גראָלעך נאַפֿטלאַנטערן,
פֿול געשטאָפּט אין יעדן ווינקל —
מענטשן זיפֿצן, טראַכטן, קלערן...

שאָקלט, בוקט זיך אַ כאַכאָל
שעפּטשעט זיך זײַן „אונדזער פֿאָטער‟,
לעבן אים — אַ מאָדנער קול —
ס׳דאַוונט ווילד אַ יונגער טאָטער.

אַרום טיש בײַם אויוון דאָרטן
זיצן עסטן ווי די ריזן,
שאַכקענען פֿאַרקאָכט אין קאָרטן
מיט די פּאַסטעכער־קירגיזן.

ציגײַנער שטופּן זיך און דריקן,
שטעלן אָפּ זיך וווּ און האָרכן.
אויף דער הוילער בריק קאַלמיקן
ליגן זיך צעשפּרײט און שנאָרכן.

רוסן האַלטן גראָד בײַם עסן,
שאָקלען מיט די בערד ווי ציגן,
דײַטשען, גרעקן און טשערקעסן
אַמפּערן זיך, ווערטלען, קריגן.

טײ אַ סאַמאָוואַר אַ פֿרישן,
וואָבלעס, טשײַניקעס און גלעזער.
מאָנען שרײַענדיק לאַטישן,
קורדן, סאַרטן און כינעזער.

אײַנגעהויקערט אַ מאָרדווין
דרעמלט בײַ זײַן קאַטערינקע,
אין גורל־קעסטל הער און הין
לויפֿן מײַזעלעך גאָר פֿלינקע.

שינדלער, א. „לידער‟. ווילנע: גרינינקע בײמעלעך, 1929. ז. 19‒20.