געזונגען דורך יום טוב עהרליך


איש חסיד א מעשה'לע פון סידור

ר' יום טוב ערליך תרע"ה - תשמ"ט

הערט א מעשה איך וועל אייך דערציילן
פון א איד א חסיד'ל א וואוילן
און ער האט געליטן נויט, ניט געהאט קיין שטיקל ברויט
קינדער אויסגעדארטע ביין און הויט

זאגט זיין פרוי איך קאן שוין מער נישט ווארטן
מען דארף עפעס אנפאנגען צו טראכטן
דו האסט געלערנט טאג און נאכט, ביים גמרא נאר פארבראכט
קיין פרנסה האסטו נישט געמאכט

היינט איז דער יריד פון אלע יארן
קומען וועלן מענטשן פיל צופארן
און אויף יעדן ארט, פארקויפן וועט מען דארט
אלע מינים סחורות פון דער וועלט

אפשר טאקע וואלט געווען א סברא
אז דו זאלסט פארמאכן דער גמרא
און ארויס אין מאַרק, און זוכן דארט שטארק
אפשר וועסטו ברענגען עפעס געלט

און דער איד האט זיך אביסאלע פארטראכט
דער גמרא האט ער נעבעך צוגעמאכט
זיין ווייבל איז ארויס, אין דעם שכנ'ס הויז
רייכע קליידער איהם געבראכט

און דער איד ער האט די קליידער אנגעטאן
א צילענדער מיט א הוט ווי רייכע טוען אן
אויפן בויך אין דער ברייט, א זייגער מיט א קייט
ווי דער פריץ גייט

און ביי איהם אין טאש ניטא קיין גראשן
און ער קאן נישט אויך דעם פרעמדן לשון
ער האט ניט וואס פארקויפן, ער האט ניט וואס צו קויפן
ער האט בטחון נאר אליין

און אין הויז עס זיצן פרוי און קינדער
בעטן ביים באשעפער באווייז א וואונדער
דער טאטע זאל צוריק, אהיים קומען מיט גליק
און זאל ברענגען עפעס געלט

2

און דער איד ארויס איז אינדרויסן
און אריין אין טומל אין דעם גרויסן
איינער גייט און איינער לויפט, איינער קויפט אדער פארקויפט
און ארום איז אלעס ווי צעשרויפט

פלוצלינג ווערט שטארק ליכטיג אויף די וועגן
ער זעהט אליהו הנביא קומט אנטקעגן
א פייער ברענט אויף די ווענט, באלויכט דעם פנים מיט די הענט
גייען מענטשן קיינער נישט דערקענט

זאגט אליהו הנביא עס איז שוין א יושר
אז דו זאלסט דאך ווערן א גרויסער עושר
איך וועל זיין דיין קנעכט, פון א גרויסן ווערט
און דו וועסט מיר פארקויפן פאר א קנעכט

דער איד ער קאן קיין עצה זיך נישט געבן
ווי אזוי פארקויפט מען דעם גרויסן רבי'ן
נאר אז דער באשעפער וויל, און דאס איז די ציל
און וואס מען זאל נישט טון איז ער גערעכט

דער חסיד האט אליהו'ן אין מארק אוועקגעשטעלט
און שרייט ווער קויפט א קנעכט איינער אין דער וועלט
אלעס קאן ער טאן, וואס איר ווילט ער קאן
קומען סוחרים קוקען אָן

געקומען איז א סוחר א גרויסער מיליאָנער
א קוק געטון דעם קנעכט און ניט גערעדט שוין מער
דעם איד האט ער באצאלט, וויפיהל ער האט געוואלט
צען טויזנט שטיקער גאלד

דער סוחר זאגט צום קנעכט מיר אלע ווייסן
אז דו קאנסט דאך טון וואס מען וועט דיר הייסן
בוי זשע מיר דא אויס, א קעניגליכן הויז
און איך וועל דיר ארויסלאזן באלד

און זיי זיינען אויפן ארט געקומען
צו דער ארבעט האט מען זיך גענומען
ארבעטער א סאך, מען ארבעט אין דער זאך
און ביז צום ענדע ווייט מען האלט

3

און אינמיטן נאכט האט עס געטראפן
אלע זיינען שוין פון לאנג געשלאפן
אליהו טוט זיך שטיין, און איז מתפלל מיט געוויין
און ער בעט ביים אייבערשטן אליין

צוליב דיין כבוד בין איך דא געגאנגען
און די מענטשן האבן מיר געפאנגען
האב רחמנות העלף מיר אויס, שיק מלאכים גלייך ארויס
זיי זאלן העלפן פארטיג מאכן די הויז

און פון הימל האבן גלייך גענומען
צענדליגער מלאכים אראפ צו קומען
און אלע האבן זיך, גענומען בויען גיך
די הויז פערטיג געמאכט ביז טאג

דער סוחר האט א נאכט גארניט געשלאפן
ווי געווארן טאג איז ער גלייך געלאפן
דערזעהן דעם פאלאץ שטייט, פערטיג און גרייט
און באפרייט דעם קנעכט ווי ער האט געזאגט

אליהו הנביא האט זיך ארויסגעצויגן
און פאר אלע מענטשן אין די אויגן
זיך אויפגעהויבן הויך, ווי א דינער רויך
צו דעם הימל אוועקגעפלויגן

שטייען אלע מענטשן און קוקען אויבן
און די אויגן קאנען זיי נישט גלויבן
נאך קיינמאל ניט געזען, נאך קיינמאל ניט געווען
אין וועמענס זכות איז עס געשען

און ביי זיך אין הויז ביי דער גמרא
זיצט זיך דער חסיד'ל ווי א שררה
און אין הויז איז פיל, אלעס וואס מען וויל
מיט אלע גוטע זאכן פון דער וועלט

זינגט דער חסיד'ל ווער ס'לערנט תורה
דער האט קיינמאל פאר קיין זאך ניט מורא
ווייל אליין אויף איהם, אכטונג גיט השם
און גיט איהם אלעס וואס איהם פעלט