פֿ‏‎ון אליעזר שינדלער (1892 – 1957)


אין פֿעלד

פּורפּור־רויט די זון געפֿלאַקערט,
גאָלד־באַשאָטן יעדע בײט
עמיץ האָט ביז שפּעט געאַקערט.
מיט אַ שטילער, טיפֿער פֿרײד.

פּאַסטעכער פֿון פֿעלד געגאַנגען
מיד געטריבן זאֲטע שאָף —
אומעטיקע סטעפּגעזאַנגען
מנחה־צײַט אין חודש אָבֿ.

שינדלער, א. „לידער‟. ווילנע: גרינינקע בײמעלעך, 1929. ז. 12.