אחד מי יודע


1. איינס, איינס, ווער ווייס וואָס דאס איז איינס?

איך ווייס, איך ווייס, איך ווייס וואָס דאס איז איינס.
איינער איז הקדוש ברוך הוא
אויף דער ערד און הימעל איינער ביסטו!

2. צוויי, צוויי, ווער ווייס וואָס דאס איז צוויי?

איך ווייס, איך ווייס, איך ווייס וואָס דאס איז צוויי.
צוויי לוחות פון ספיר שטיין
געשריבען האָט זיי דער אייבערשטער אליין!
איינער איז הקדוש ברוך הוא
אויף דער ערד און הימעל איינער ביסטו!
איינער איז הקדוש ברוך הוא
אויף דער ערד און הימעל איינער ביסטו!

3. דריי, דריי, ווער ווייס וואָס דאס איז דריי?

איך ווייס, איך ווייס, איך ווייס וואָס דאס איז דריי.
דריי אבות זענען ביי אונז דאָ
אברהם, יצחק, יעקב, זכרונם לברכה!
צוויי לוחות פון ספיר שטיין
געשריבען האָט זיי דער אייבערשטער אליין!
איינער איז הקדוש ברוך הוא
אויף דער ערד און הימעל איינער ביסטו!

4. פיר, פיר, ווער ווייס וואָס דאס איז פיר?

איך ווייס, איך ווייס, איך ווייס וואָס דאס איז פיר.
פיר אימהות זענען ביי אונז דאָ
שרה, רבקה, רחל אוּן לאה!
דריי אבות זענען ביי אונז דאָ
אברהם, יצחק, יעקב, זכרונם לברכה!
צוויי לוחות פון ספיר שטיין
געשריבען האָט זיי דער אייבערשטער אליין!
איינער איז הקדוש ברוך הוא
אויף דער ערד און הימעל איינער ביסטו!
איינער איז הקדוש ברוך הוא
אויף דער ערד און הימעל איינער ביסטו!

5. פינף, פינף, ווער ווייס וואָס דאס איז פינף?

איך ווייס, איך ווייס, איך ווייס וואָס דאס איז פינף.
די תורה איז צוטיילט אויף פינף ספרים
בראשית, שמות, ויקרא, במדבר דברים!
פיר אימהות זענען ביי אונז דאָ
שרה, רבקה, רחל אוּן לאה!
דריי אבות זענען ביי אונז דאָ
אברהם, יצחק, יעקב, זכרונם לברכה!
צוויי לוחות פון ספיר שטיין
געשריבען האָט זיי דער אייבערשטער אליין!
איינער איז הקדוש ברוך הוא
אויף דער ערד און הימעל איינער ביסטו!

6. זעקס, זעקס, ווער ווייס וואָס דאס איז זעקס?

איך ווייס, איך ווייס, איך ווייס וואָס דאס איז זעקס.
זעקס חלקים, עפען אויף און זע
ווערט צוטיילט די תורה שבעל פה!
די תורה איז צוטיילט אויף פינף ספרים
בראשית, שמות, ויקרא, במדבר דברים!
פיר אימהות זענען ביי אונז דאָ
שרה, רבקה, רחל אוּן לאה!
דריי אבות זענען ביי אונז דאָ
אברהם, יצחק, יעקב, זכרונם לברכה!
צוויי לוחות פון ספיר שטיין
געשריבען האָט זיי דער אייבערשטער אליין!
איינער איז הקדוש ברוך הוא
אויף דער ערד און הימעל איינער ביסטו!
איינער איז הקדוש ברוך הוא
אויף דער ערד און הימעל איינער ביסטו!

7. זיבען, זיבען, ווער ווייס וואָס דאס איז זיבען?

איך ווייס, איך ווייס, איך ווייס וואָס דאס איז זיבען.
א גאנצע וואָך גרייט מען זיך צו
דער זיבעטער טאָג שבת, שטעלט זיך אָפ אין רוּ!
זעקס חלקים, עפען אויף און זע
ווערט צוטיילט די תורה שבעל פה!
די תורה איז צוטיילט אויף פינף ספרים
בראשית, שמות, ויקרא, במדבר דברים!
פיר אימהות זענען ביי אונז דאָ
שרה, רבקה, רחל אוּן לאה!
דריי אבות זענען ביי אונז דאָ
אברהם, יצחק, יעקב, זכרונם לברכה!
צוויי לוחות פון ספיר שטיין
געשריבען האָט זיי דער אייבערשטער אליין!
איינער איז הקדוש ברוך הוא
אויף דער ערד און הימעל איינער ביסטו!

8. אכט, אכט, ווער ווייס וואָס דאס איז אכט?

איך ווייס, איך ווייס, איך ווייס וואָס דאס איז אכט.
אכט טעג ווען א קיד איז אלט
מאכט מען איהם א ברית, און ער ווערט געמַל'ט!
א גאנצע וואָך גרייט מען זיך צו
דער זיבעטער טאָג שבת, שטעלט זיך אָפ אין רוּ!
זעקס חלקים, עפען אויף און זע
ווערט צוטיילט די תורה שבעל פה!
די תורה איז צוטיילט אויף פינף ספרים
בראשית, שמות, ויקרא, במדבר דברים!
פיר אימהות זענען ביי אונז דאָ
שרה, רבקה, רחל אוּן לאה!
דריי אבות זענען ביי אונז דאָ
אברהם, יצחק, יעקב, זכרונם לברכה!
צוויי לוחות פון ספיר שטיין
געשריבען האָט זיי דער אייבערשטער אליין!
איינער איז הקדוש ברוך הוא
אויף דער ערד און הימעל איינער ביסטו!
איינער איז הקדוש ברוך הוא
אויף דער ערד און הימעל איינער ביסטו!

9. ניין, ניין, ווער ווייס וואָס דאס איז ניין?

איך ווייס, איך ווייס, איך ווייס וואָס דאס איז ניין.
ניין מאנאטען ווערט איינגעשטעלט
אייעדער א קינד קומט אויף דער וועלט!
אכט טעג ווען א קיד איז אלט
מאכט מען איהם א ברית, און ער ווערט געמַל'ט!
א גאנצע וואָך גרייט מען זיך צו
דער זיבעטער טאָג שבת, שטעלט זיך אָפ אין רוּ!
זעקס חלקים, עפען אויף און זע
ווערט צוטיילט די תורה שבעל פה!
די תורה איז צוטיילט אויף פינף ספרים
בראשית, שמות, ויקרא, במדבר דברים!
פיר אימהות זענען ביי אונז דאָ
שרה, רבקה, רחל אוּן לאה!
דריי אבות זענען ביי אונז דאָ
אברהם, יצחק, יעקב, זכרונם לברכה!
צוויי לוחות פון ספיר שטיין
געשריבען האָט זיי דער אייבערשטער אליין!
איינער איז הקדוש ברוך הוא
אויף דער ערד און הימעל איינער ביסטו!

10. צען, צען, ווער ווייס וואָס דאס איז צען?

איך ווייס, איך ווייס, איך ווייס וואָס דאס איז צען.
אויף באַרג סיני האָט אונזער גאָט
אונז געגעבען די צען געבאָט!
ניין מאנאטען ווערט איינגעשטעלט
אייעדער א קינד קומט אויף דער וועלט!
אכט טעג ווען א קיד איז אלט
מאכט מען איהם א ברית, און ער ווערט געמַל'ט!
א גאנצע וואָך גרייט מען זיך צו
דער זיבעטער טאָג שבת, שטעלט זיך אָפ אין רוּ!
זעקס חלקים, עפען אויף און זע
ווערט צוטיילט די תורה שבעל פה!
די תורה איז צוטיילט אויף פינף ספרים
בראשית, שמות, ויקרא, במדבר דברים!
פיר אימהות זענען ביי אונז דאָ
שרה, רבקה, רחל אוּן לאה!
דריי אבות זענען ביי אונז דאָ
אברהם, יצחק, יעקב, זכרונם לברכה!
צוויי לוחות פון ספיר שטיין
געשריבען האָט זיי דער אייבערשטער אליין!
איינער איז הקדוש ברוך הוא
אויף דער ערד און הימעל איינער ביסטו!
איינער איז הקדוש ברוך הוא
אויף דער ערד און הימעל איינער ביסטו!

11. עלף, עלף, ווער ווייס וואָס דאס איז עלף?

איך ווייס, איך ווייס, איך ווייס וואָס דאס איז עלף.
אחד עשר לאָזט אונז הערען
יוסף'ס חלום און די עלף שטערען!
אויף באַרג סיני האָט אונזער גאָט
אונז געגעבען די צען געבאָט!
ניין מאנאטען ווערט איינגעשטעלט
אייעדער א קינד קומט אויף דער וועלט!
אכט טעג ווען א קיד איז אלט
מאכט מען איהם א ברית, און ער ווערט געמַל'ט!
א גאנצע וואָך גרייט מען זיך צו
דער זיבעטער טאָג שבת, שטעלט זיך אָפ אין רוּ!
זעקס חלקים, עפען אויף און זע
ווערט צוטיילט די תורה שבעל פה!
די תורה איז צוטיילט אויף פינף ספרים
בראשית, שמות, ויקרא, במדבר דברים!
פיר אימהות זענען ביי אונז דאָ
שרה, רבקה, רחל אוּן לאה!
דריי אבות זענען ביי אונז דאָ
אברהם, יצחק, יעקב, זכרונם לברכה!
צוויי לוחות פון ספיר שטיין
געשריבען האָט זיי דער אייבערשטער אליין!
איינער איז הקדוש ברוך הוא
אויף דער ערד און הימעל איינער ביסטו!

12. צוועלף, צוועלף, ווער ווייס וואָס דאס איז צוועלף?

איך ווייס, איך ווייס, איך ווייס וואָס דאס איז צוועלף.
יעקב'ס קינדער פון דור צו דור
די צוועלף שבטים, און ראובן איז דער בכור!
אחד עשר לאָזט אונז הערען
יוסף'ס חלום און די עלף שטערען!
אויף באַרג סיני האָט אונזער גאָט
אונז געגעבען די צען געבאָט!
ניין מאנאטען ווערט איינגעשטעלט
אייעדער א קינד קומט אויף דער וועלט!
אכט טעג ווען א קיד איז אלט
מאכט מען איהם א ברית, און ער ווערט געמַל'ט!
א גאנצע וואָך גרייט מען זיך צו
דער זיבעטער טאָג שבת, שטעלט זיך אָפ אין רוּ!
זעקס חלקים, עפען אויף און זע
ווערט צוטיילט די תורה שבעל פה!
די תורה איז צוטיילט אויף פינף ספרים
בראשית, שמות, ויקרא, במדבר דברים!
פיר אימהות זענען ביי אונז דאָ
שרה, רבקה, רחל אוּן לאה!
דריי אבות זענען ביי אונז דאָ
אברהם, יצחק, יעקב, זכרונם לברכה!
צוויי לוחות פון ספיר שטיין
געשריבען האָט זיי דער אייבערשטער אליין!
איינער איז הקדוש ברוך הוא
אויף דער ערד און הימעל איינער ביסטו!
איינער איז הקדוש ברוך הוא
אויף דער ערד און הימעל איינער ביסטו!

13. דרייצען, דרייצען, ווער ווייס וואָס דאס איז דרייצען?

איך ווייס, איך ווייס, איך ווייס וואָס דאס איז דרייצען.
א גאָט פון רחמנות איז אונזער בורא
דרייצען מידות לערנט אונז די תורה!
יעקב'ס קינדער פון דור צו דור
די צוועלף שבטים, און ראובן איז דער בכור!
אחד עשר לאָזט אונז הערען
יוסף'ס חלום און די עלף שטערען!
אויף באַרג סיני האָט אונזער גאָט
אונז געגעבען די צען געבאָט!
ניין מאנאטען ווערט איינגעשטעלט
אייעדער א קינד קומט אויף דער וועלט!
אכט טעג ווען א קיד איז אלט
מאכט מען איהם א ברית, און ער ווערט געמַל'ט!
א גאנצע וואָך גרייט מען זיך צו
דער זיבעטער טאָג שבת, שטעלט זיך אָפ אין רוּ!
זעקס חלקים, עפען אויף און זע
ווערט צוטיילט די תורה שבעל פה!
די תורה איז צוטיילט אויף פינף ספרים
בראשית, שמות, ויקרא, במדבר דברים!
פיר אימהות זענען ביי אונז דאָ
שרה, רבקה, רחל אוּן לאה!
דריי אבות זענען ביי אונז דאָ
אברהם, יצחק, יעקב, זכרונם לברכה!
צוויי לוחות פון ספיר שטיין
געשריבען האָט זיי דער אייבערשטער אליין!
איינער איז הקדוש ברוך הוא
אויף דער ערד און הימעל איינער ביסטו!