אונטער די גרינינקע ביימעלעך

אונטער די גרינינקע ביימעלעך פון חיים נחמן ביאליק (9 אין יאנואר 1873 - 4 אין יולי 1934)


אונטער די גרינינקע ביימעלעך

שפּילן זיך משהלעך, שלמהלעך;

ציצית, קאַפּאָטקעלעך, פּאהלעך –

יידעלעך פריש פון די אייעלעך.

גופעלעך – שטרוי, רויך און פעדערלעך,

נעם און צעבלאָז זיי אויף גלידערלעך –

כאַפּן זיי אויף גרינגע ווינטעלעך

און סע צעטראָגן זיי פייגעלעך.


נאָר איין זאַך פאַרמאָגן זיי – אייגעלעך,

די אויגן פאַרמאָגן צוויי פּינטעלעך,

וואָס גליען און פינקלען און טוקן זיך,

און עפּעס ווי נביאיש און וואונדערלעך

פאַרטראַכטן זיך טיף און פאַרקוקן זיך

אויף נעכטיקע טעג און אויף פייגעלעך –

אוי! מיר זאָל זיין, יידישע קינדערלעך,

פאַר אייערע כשרע אייגעלעך!