אויפן פּריפּעטשיק ברענט א פייערל,

אויפן פּריפּעטשיק ברענט א פייערל פון מארק וואַרשאַווסקי 1848 – 1907


אויפן פּריפּעטשיק[1] ברענט א פייערל,
און אין שטוב איז הייס,
און דער רבי לערנט קליינע קינדערלעך
דעם אלף בית.

זאגט זשע[2] קינדערלעך, געדענקט זשע, טייערע,
וואס איר לערנט דא.
זאגט זשע נאך א מאל און טאקע נאך א מאל:
קמץ-אלף – אָ!

זאָגט זשע מילענקע, זאָגט זשע קינדערלעך:
"קמץ בית איז באָ".

געדענקט זשע קינדערלעך
געדענקט זשע טייערע,
וואָס איר לערנט דאָ.
זאָגט זשע נאָך אַ מאָל
און טאַקע נאָך אַ מאָל
קמץ אַלף אָ.

לערנט קינדערלעך האָט ניט מורא
יעדער אָנהייב איז שווער,
גליקלעך איז דער ייד וואָס לערנט תורה
וואָס דאַרפן מיר נאָך מער?

אז איר וועט, קינדערלעך, עלטער ווערן,
וועט איר אליין פארשטיין,
וויפל אין די אותיות ליגן טרערן,
און ווי פיל געוויין.
זאגט זשע...

לערנט קינדערלעך מיט גרויס חשק
אַזוי זאָג איך אייך אָן,
ווער ס'וועט בעסער פון אייך קענען עברי
דער באַקומט אַ פאָן.

אז איר וועט, קינדערלעך, דעם גלות שלעפן,
אויסגעמוטשעט זיין,
זאלט איר פון די אותיות כוח שלעפן –
קוקט אין זיי אריין!
זאגט זשע...

הערות שוליים רעדאַקטירן

  1. פּריפּעטשיק = אָח. דער פלאץ וואו מען ליגט די האלץ צו זיי פארברענען, צו ווארעמען די שטוב.
  2. זשע = אויב אזוי.