אויף א בארג א הויכן
פֿון קאַדיע מאָלאָדאָװסקי
אויף א בארג א הויכן
אויף אַ בּארג אַ הויכן
וואָס בּיזן הימל דערגייט
וואַקסן צוויי גרינע ביימער
די צווייגן אויסגעשפּרייט
און אויף די גרינע צווייגן
צוויי פֿייגל שפּילן געזאַנג
אַיין פֿויגל זינגט בּאַגינען (= פרימארגן, גאר אינדערפרי ביים עלות)
דער צווייטער אין זונפֿאַרגאַנג
בּאגינען זינגט דער פֿויגל
דער יונגער טאָג דערפֿרייט
פֿאַרנאַכט דער צווייטער פֿויגל
קלאָגט וואָס די זון פֿאַרגייט
און צו דעם בּארג דעם הויכן
פֿאַרזאַם איך ניט מיין גאַנג
פֿאַרליבט אין בּיידע לידער
פֿון בּאַגינען און פֿון זונפֿאַרגאַנג.