אַ פּורים ליד
פון מ. ריװעסמאַן און אַ. גאָלדפֿאַדן
הײַנט איז פּורים ברידער,
ס'איז דער יום־טובֿ גרױס!
לאָמיר זינגען לידער,
גײן פֿון הױז צו הױז!
לאַך, מרדכילע, לאַך,
אַ יום־טובֿל מאַך,
קינדסקינדער געדענקען דעם נס;
זינגט, קינדערלעך, זינגט,
טאַנצט פֿרײלעך און שפּרינגט,
דעם טײַערן טאָג ניט פֿאַרגעסט!
המן איז אַ רשע
דאָס װײסט דאָך יעדער ייִד,
אָבער גאָט, נישקשה,
שװײַגט דעם רשע ניט.
װאַרט, המן, װאַרט,
דו זײַ ניט גענאַרט
אַ נס האָט געטאָן מיט אונדז גאָט!
זינגט, קינדערלעך, זינגט,
טאַנצט פֿרײלעך און שפּרינגט,
מאַסט, קינדערלעך, גרעסער די ראָד!