מוסטער:YIVO

ײִדיש לעבט · jidiʃ lɛbt
אַ ייִדיש קינד

חנה חייטין געבוירן 1925


אין אַ ליטװיש דערפֿל װײַט
שטײט אַ שטיבל אָן אַ זײַט,
דורך אַ פֿענצטער ניט קײן גרױס
קוקן קינדערלעך אַרױס:
ײִנגעלעך מיט פֿלאַקסן קעפּ,
מײדעלעך מיט בלאָנדע צעפּ,
און צוזאַמען דאָרט מיט זײ
קוקן אױגן שװאַרצע צװײ.

שװאַרצע אױגן, פֿול מיט חן
האָט אַ נעזעלע אַ קלײן,
ליפּעלעך – צום קושן נאָר,
שטאַרק געלאָקטע שװאַרצע האָר.
ס´האָט די מאַמע אים געבראַכט
אײַנגעװיקלט אין דער נאַכט,
שטאַרק געקושט אים און געקלאָגט,
שטילערהײט צו אים געזאָגט:

– דאָ, מײַן קינד, װעט זײַן דײַן אָרט,
הער זשע צו דײַן מאַמעס װאָרט:
איך באַהאַלט דיך דאָ דערפֿאַר,
װײַל דײַן לעבּן דראָט געפֿאַר;
מיט די קינדער שפּיל זיך פֿײַן,
שטיל, געהאָרכזאַם זאָלסטו זײַן,
מער קײן ײִדיש װאָרט, קײן ליד, –
װײַל דו ביסט ניט מער קײן ײִד…

בעט זיך שטאַרק דאָס קינד בײַ איר:
– מאַמע, כ´װיל נאָר זײַן מיט דיר,
לאָז ניט איבער מיך אַלײן!…
ס´קינד פֿאַרגײט זיך מיט געװײן…
לאָזט זי קושן אים אַ סך
אָבער ס´העלפֿט איר ניט קײן זאַך;
ס´קינד נאָר טענהט: נײן און נײן,
כ´װיל ניט בלײַבן דאָ אַלײן!…

אין די אָרעמס נעמט זי אים
און מיט װײכקײט אין איר שטים
זינגט זי: – ײִנגעלע דו מײַן!…
און זי װיגט אים אַזױ אײַן.
נאָך דעם װײנט זי פֿרײַ זיך אױס
און זי טרעט פֿון שטוב אַרױס,
אָנגעפֿילט מיט זאָרג און שרעק,
און זי גײט אין נאַכט אַװעק…

קאַלט אין דרױסן און אַ װינט
הערט אַ קול זיך: – אױ, מײַן קינד,
דיך געלאָזט אױף פֿרעמדע הענט –
אַנדערש האָב איך ניט געקענט…
גײט אַ מאַמע, מיט זיך רעדט,
און אין דרױסן – קאַלט און שפּעט,
ס´װײנט אין פּנים איר דער װינט:
– גאָט, באַשיץ מײַן אײנציק קינד!

פֿרעמדע שטוב, מיט מענטשן פֿיל.
ס´ײִנגעלע איז שטום און שטיל,
רעדט ניט, בעט ניט, װיל קײן זאַך,
זעלטן װען ער טוט אַ לאַך;
ניט קײן טאָג און ניט קײן נאַכט,
ניט ער שלאָפֿט און ניט ער װאַכט;
װאַסילקאָ – אַ נאָמען פֿרעמד,
אױף זײַן הערצל דריקט און קלעמט.

מאַמע װאָגלט װוּ אַרום,
װי איר יאָסעלע אױך שטום;
קײנער װײסט ניט, קײנעם אַרט,
און זי װאַרט און װאַרט און װאַרט.
צו יוכֿבד איז זי גלײַך,
װײַל, װי משה אױפֿן טײַך,
עלנט, אײנזאַם אױפֿן װינט
איז פֿאַרלאָזט איר אײנציק קינד…