אַרבעטלאָזע מארש פון מרדכי געבירטיג


מרדכי געבירטיג

איינס צוויי דרייַ פֿיר
אַרבעטלאָזע זענען מיר
נישט געהערט חדשים לאַנג
אין פֿאַבריק דעם האַמער קלאַנג
ס׳ליגן כּלים האַלב פֿאַרגעסן
עס נעמט דער זשאַווער זיי שוין פֿרעסן
גייען מיר אַרום אין גאַס
ווי די גבֿירים פּוסט און פּאַס

איינס צוויי דרייַ פֿיר
אַרבעטלאָזע זענען מיר
אָן אַ בגד, אָן אַ היים
אונדזער בעט איז ערד און ליים
האָט נאָך ווער וואָס צו געניסן
טיילט מען זיך מיט יעדן ביסן
וואָסער ווי די גבֿירים - וויין
גיסן מיר אין זיך אַרייַן

איינס צוויי דרייַ פֿיר
אַרבעטלאָזע זענען מיר
יאָרן לאַנג געאַרבעט שווער
און געשאַפֿט אַלס מער און מער
הייַזער שלעסער שטעט און לענדער
פֿאַר אַ הייפֿעלע פֿאַרשווענדער
אונדזער לוין דערפֿאַר איז וואָס
הונגער נויט און אַרבעטלאָז

איינס צוויי דרייַ פֿיר
אָט אַזוי מאַרשירן מיר
אַרבעטלאָזע שריט נאָך שריט
און מיר זינגען זיך אַ ליד
פֿון אַ לאַנד אַ וועלט אַ נייַע
וווּ עס וווינען מענטשן פֿרייַע
אַרבעטלאָז איז קיין שום שאַנד
אין דעם נייַעם פֿרייען לאַנד