אַבֿרהמל דער מאַרוויכער

אַבֿרהמל דער מרוויח'ער פון מרדכי געבירטיג


מרדכי געבירטיג

אָן אַ היים בין איך יונג געבליבן,
ס´האָט די נויט מיך אַרויסגעטריבן,
ווען איך האָב נאָך קיין דרײַצן יאָר געהאַט,
אין דער פֿרעמד, ווײַט פֿון מאַמעס אויגן,
האָט אין שמוץ מיך די גאַס דערצויגן,
געוואָרן איז פֿון מיר אַ וווֹילער יאַט.

איך בין אַבֿרהמל, דער פֿעיִקסטער מאַרוויכער,
אַ גרויסער קינסטלער, כ´אַרבעט לײַכט און זיכער,
דאָס ערשטע מאָל, כ´וועל עס געדענקען ביזן טויט,
אַרײַן אין תּפֿיסה פֿאַר לקחנען אַ ברויט,
כ´פֿאָר נישט אויף מאַרקן ווי יענע פּראָסטע יאַטן,
כ´צופּ נאָר בײַ קאַרגע, שמוציקע מאַגנאַטן,
כ´בין זיך מחיה, ווען כ´טאַפּ אַזאַ מאַגנאַט,
איך בין אַבֿרהמל גאָר אַ ווֹילער יאַט.

אין דער פֿרעמד נישט געהאַט צום לעבן,
געבעטן ברויט, אַן אָרעמער פֿלעגט נאָך געבן,
נאָר יענע לײַט, וואָס זענען תּמיד זאַט,
פֿלעגן אָפֿט טרײַבן מיך מיט צאָרן,
ס´וואַקסט אַ גנבֿ, ס´איז מקויים געוואָרן.
אַ גנבֿ בין איך, נאָר אַ וווֹילער יאַט.

איך בין אַבֿרהמל, דער פֿעיִקסטער מאַרוויכער
אַ גרויסער קינסטלער, כ´אַרבעט לײַכט און זיכער,
אַ יאַט אַ קליינער אַרײַן אין קוטשעמענט,
אַרויס אַ מזיק, אַ זעלטענער טאַלענט.
כ´פֿאָר נישט אויף מאַרקן ווי יענע פּראָסטע יאַטן,
כ´צופּ נאָר בײַ קאַרגע, שמוציקע מאַגנאַטן,
כ´האָב ליב אַ מענטשן, אַ מילדן, אַ נאַשבראַט,
איך בין אַבֿרהמל גאָר אַ וווֹילער יאַט.

שוין נישט לאַנג וועט דאָס שפּיל געדויערן,
קראַנק פֿון קלעפּ, גיכט פֿון תּפֿיסה-מויערן,
נאָר איין בקשה, כ´וואָלט אַזוי געוואָלט –
נאָך מײַן טויט, אין אַ טאָג אַ טריבן,
זאָל אויף מײַן מצבֿה זײַן געשריבן,
מיט אותיות גרויסע און פֿון גאָלד:

"דאָ ליגט אַבֿרהמל, דער פֿעיִקסטער מאַרוויכער,
אַ מענטש אַ גרויסער געווען וואָלט פֿון אים זיכער,
אַ מענטש אַ פֿײַנער, מיט האַרץ, מיט אַ געפֿיל,
אַ מענטש אַ ריינער, ווי גאָט אַליין נאָר וויל,
ווען איבער אים וואָלט געוואַכט אַ מאַמעס אויגן,
ווען ס´וואָלט די פֿינצטערע גאַס אים נישט דערצויגן,
ווען נאָך אַלס קינד ער אַ טאַטן וואָלט געהאַט,
דאָ ליגט אַבֿרהמל, יענער וווֹילער יאַט."