דע חכמה לנפשך קבלה תולדות תשס"ז
דע חכמה לנפשך קבלה תולדות תשס"ז - - דע חכמה לנפשך קבלה תולדות תשס"ז המשך - - צוריק צו דע חכמה לנפשך קבלה בלעטל
דא"ח רעוא דרעוין פרשת תולדות תשס"ז פון ר' יצחק מאיר מארגנשטערן
ואלה תולדת יצחק בן אברהם אברהם הוליד את יצחק: ויהי יצחק בן ארבעים שנה בקחתו את רבקה בת בתואל הארמי מפדן ארם אחות לבן הארמי לו לאשה: (בראשית כ"ה, י"ט-כ')
וברש"י הק': ואלה תולדות יצחק. יעקב ועשו האמורים בפרשה: אברהם הוליד את יצחק. לאחר שקרא הקב"ה שמו אברהם אח"כ הוליד את יצחק ד"א ע"י שכתב הכתוב יצחק בן אברהם הוזקק לומר אברהם הוליד את יצחק לפי שהיו ליצני הדור אומרים מאבימלך נתעברה שרה שהרי כמה שנים שהתה עם אברהם ולא נתעברה הימנו מה עשה הקב"ה צר קלסתר פניו של יצחק דומה לאברהם והעידו הכל אברהם הוליד את יצחק וזהו שכתב כאן יצחק בן אברהם שהרי עדות יש שאברהם הוליד את יצחק:
א] עס ווערט געברענגט אין מדרש הנעלם (זוה"ק ח"א קל"ה.), אז לעתיד לבא וועלן די צדיקי אמת זוכה זיין צו אנערקענען אינעם גדלות הבורא ית"ש מיטן גאנצן הארץ, און ממילא וועלן זיי זוכה זיין צו גרויסע השגות אינעם חכמת האלוקות, ווייל זיי וועלן דאס איינזעהן מיט א קלארע בליק, און ווי דער פסוק זאגט ואמר ביום ההוא הנה אל' זה קוינו לו ויושיענו זה הוי"ה וגו', דהיינו אז לעתיד לבא וועט אוועקגענומען ווערן פון כלל ישראל די גאנצע חומרי' און אלע מסכים המבדילים ביננו לבין אבינו שבשמים, און ממילא וועט נתגלה ווערן די בהירות האלוקי, בסוד הפסוק בכל לבבך בשני יצרך ביצר טוב וביצר הרע, דהיינו אז אפי' דער גוף הגשמי וועט אויך שיינען מיט א בהירות האלוקי, און דאס איז דער אמת'ע תענוג רוחני פונעם זיו השכינה, אז מען וועט דינען השי"ת מיטן גוף און מיטן נשמה ממש גלייך, ווייל ביידע זענען דאך בעצם ממש א חלק אלוקי ממעל יצירת כפיו של הקב"ה, נאר כהיום אינעם גלות אנערקענט זיך נישט די חלק הגופני פונעם מענטש מיט די זעלבע בהירות ווי די נשמה, אבער לעתיד לבא וועט דאך זיין ומלאה הארץ דעה את הוי"ה, דהיינו אז אפי' די ארציות וועט אויך שיינען מיט בהירות שם הוי"ה הק'.
און דאס איז דער פשט וואס די תורה"ק איז דא מדגיש ואלה תולדות יצחק בן אברהם אברהם הוליד עס יצחק, און ווי רש"י הק' שטעלט זיך אויפן טאפלטע לשון הפסוק, און אויך פרעגן שוין די אלע ספה"ק וואס איז פשט, וואס רש"י הק' איז מפרש יעקב ועשו האמורים בפרשה, וואס רש"י הק' איז דאך בעצם גארנישט מוסיף אדער מפרש, אבער די פשט פון דעם איז כנ"ל, כידוע אז אברהם איז בבחי' חסד און יצחק איז בבחי' דין, וואס אזוי אויך איז חסד בבחי' אור, און דין איז בבחי' צימצום[1], און אזוי אויך איז די נשמה בבחי' אור און די גוף איז בבחי' צימצום, און לעתיד לבא וועט זיין א מורא'דיגע התגלות האלוקות בסוד הפסוק ומלאה הארץ דעה את הוי"ה, און ממילא וועט דעמאלס דער גוף אויך משיג זיין די גרויסע השגות האלוקות, און דערפאר וועט דעמאלס נתהפך ווערן די בחי' פון "יצחק" דהיינו בחי' דין, אויף "ישחק" בסוד הפסוק אז ימלא שחוק פינו, ווייל דאס איז די עיקר תכלית השמחה, ווען מען שיינט אריין און מען איז מגלה די אור אינעם כח הצימצום[2], און דאס קען נאר זיין ווען עס ווערט די קשר צווישן יצחק מיט אברהם דהיינו צווישן דעם גוף מיטן אור הנשמה בבחי' לעתיד לבא.
ב] וכידוע אז היינט אין אונזער דור טוהט דאך שוין שיינען און בליהען די אור החוזר פון לעתיד לבא[3], און ממילא דארף מען צוגרייטן כלים טהורים צו קענען מקבל זיין די גרויסע אור פונעם שמחה האמיתי וואס וועט זיין לעתיד לבא, וואס די גאנצע בריאה וועט זיין איין שטיק גילוי האלוקות לתקן עולם במלכות שד"י, און די כלים ווערן אנגערופן בבחי' יעקב ועשו האמורים בפרשה, דהיינו אז די ערשטע עבודה דארף צו זיין אז דער מענטש זאל זיך מדבק זיין אינעם עבודה פון יעקב אבינו ע"ה, איש תם יושב אהלים אהלו של שם ואהלו של עבר, דהיינו זיך מדבק זיין אינעם עבודת התפילה שפכי כמים לבך נכח פני הוי"ה, צו זיין כבן המתחטא לפני אביו שבשמים מיט תפילות ותחנונים, אז השי"ת זאל שוין עפענען אונזער הארץ לעבודתו ית"ש באמת ובתמים בקדושה וטהרה, און די אופן התפילה דארף צו זיין מיט א דביקות עילאה דהיינו זיך מדבק זיין אין די אותי' התפילה און זיך מדבק זיין אין די שמות הק' בסוד שויתי הוי"ה לנגדי תמיד, און ממילא דורכדעם קען מען דאווענען מיט אן אמת'ע אש קודש, און טאמער דער מענטש איז זיך אזוי שטארק מדבק אינעם עבודת התפילה, שרייבט דאך דער הייליגע קדושת לוי זי"ע אז דער לימוד התורה"ק גייט דערנאך אסאך גרינגער מיט א פלאם פייער כנתינתן מסיני, אבער טאמער דער מענטש טוהט נישט דאווענען מיט אזא דביקות, איז אסאך שווערער דערנאך צו זיך מדבק זיין אינעם תורה הק' מיט א התלהבות, ווייל בשעת'ן דאווענען איז אסאך לייכטער זיך צו מדבק זיין אינעם דביקות עילאה ווי בשעת'ן לערנען.
און דערנאך וואס דער מענטש איז שוין איינגעוואוינט מיטן עבודה בבחי' יעקב אבינו ע"ה, דארף מען צו וויסן אז דער עיקר עבודה איז נישט נאר די עבודה בבחי' יעקב, נאר מען דארף זיך מדבק זיין גאר שטארק מיט אן התמדה ורציפות אינעם עבודה בבחי' עשו, וואס עשו איז מרמז אויפן גוף הגשמי די גוף פונעם עוה"ז [חלק עוה"ז לעשו], דהיינו צו מטהר און מקדש זיין אלע דברים המותרים און דברי גשמי', וואס דאס איז דער עיקר קירוב גאולתן של ישראל, כידוע אז די סוד פונעם גאולה מיינט מען די התגלות האלוקות וואס וועט דעמאלס זיין, דהיינו די אור הנבואה וואס וועט שיינען אין די וועלט, און די סוד הנבואה מיינט מען השראת והתגלות השכינה אינעם גוף הגשמי, וואס דאס קען נאר שיינען ווען די גאנצע גשמי' דהיינו די אלע בחי' פונען גוף החומר, זענען מטוהר ומקודש און גרייט צו מקבל זיין די גרויסע לויטערע אור, און דאס איז דער סוד אז משיח וועט זיין בבחי' דוד המלך חי וקים בבחי' משיח בן דוד, ווייל די נשמה פון דוד המלך חי וקים איז געווען באהאלטן אין די נשמה פון עשו הרשע (של"ה הק' בראשית וישב ט'), און ווי מיר זעהן אז דוד ווערט אויך אנגערופן אדמוני אזוי ווי עשו ויצא הראשון אדמוני, אבער דוד המלך איז געווען א טוב רואי, דהיינו אז ער האט זוכה געווען צו דעם מראה האלוקות דהיינו נבואה, און די אור הנבואה קען מען נאר זוכה זיין ווען מען איז מקדש די בגדי עשן החמודות, דהיינו אז מען איז מטהר ומקדש די אלע חמודות צו השי"ת, און הגם מען ליגט טיף טיף אינעם תהום דארף מען זיך מטהר זיין, און אדרבה ווי טיפער דער מענטש און איז זיך מטהר ומקדש, אלס ווערט א גרעסערע הארה וגילוי השכינה הק', ווייל ער איז דאך מגלה די אלוקות אפי' אין גאר נידריגע מקומות, און דאס איז געווען די בחי' פון דוד המלך וואס ער איז בבחי' משיח צדקנו, און ווי עס ווערט געברענגט אז די בחי' פון משיח צדקנו האט ער זוכה געווען נאר דערנאך וואס יעקב האט זוכה געווען די בכורה פון עשו הרשע, וואס דער פשט פון דעם איז אז יעקב אבינו ע"ה האט מטהר ומקדש געווען אלע בחי' פונעם גוף און חומרי', ביז ער האט געמאכט דעם גוף כמצולה שאין בה דגים, און אפי' אינעם בכורה האט ער זוכה געווען, וואס דאס איז בסוד הפסוק ממעקים קראתיך הוי"ה, אז ווי טיפער דער מענטש פאלט אראפ, און דארטן אין אזא שווערע מקום טוהט ער שרייען און וויינען צו השי"ת, איז ער דאך מגלה כבוד השי"ת אין די נידריגסטע מקומות, און ממילא מיט זיינע הרהורי תשובה אדער קרעכצן איז ער דאך מטהר די אלע מקומות, און ממילא איז ער מגלה כבוד הוי"ה אין אלע מקומות העולם, וואס דאס איז די בחי' פון התגלות מלך המשיח.
ג] און עס ווערט געברענגט פונעם הייליגן אר"י זי"ע (ספר הליקוטים תולדות), אז ווען אדם הראשון האט פוגם געווען מיטן חטא עץ הדעת טוב ורע, איז ער נענש געווארן מיט ל"ט קללות, י' פאר איהם און י' פאר חוה און י' פארן נחש הקדמוני און ט' פארן ערד, וואס דאס איז פונקט אזוי ווי די סכום פונעם עונש מלקות, והיינו וויבאלד דורכן פגם איז בטל געווארן פון אדה"ר די ל"ט אורות וואס ווערט נשפע פון אריך אנפין[4], בסוד הפסוק כי טל אורות טליך, און די אלע אורות זענען נסתלק און געבליבן ביי זייער מקום אין הימל, ממילא האט דער מקטרג באקומען א שטארקן כח צו געוועלטיגן אויף די וועלט, און טאקע דערפאר איז געווען די אלע שווערע זמנים דור המבול און דור הפלגה א.א.וו., עד כדי כך אז א מענטש איז כמעט נישט געווען מסוגל צו דינען השי"ת ווי עס באדארף צו זיין, וויבאלד דער מקטרג האט זיך אריינגעלייגט אינעם עצמי' פונעם מענטש און איהם צושטערט די גאנצע חלק הרוחני, און וויבאלד עס איז נתעורר געווארן די רחמנות פון השי"ת המרחם על הבריות, און ער האט געזעהן אז די וועלט וועט נישט קענען האבן א קיום אויף אזא וועג, האט השי"ת אראפגעשיקט אויף די וועלט די הייליגע גרויסע נשמה נשמת אברהם רחימא ע"ה, און אברהם אבינו ע"ה האט אנגעהויבן צו מטהר זיין און מתקן זיין די וועלט, און ער האט מפרסם געווען אלקותו ית"ש, מיטן כח החסד ואהבה מידת חסד לאברהם, אבער וויבאלד די כח הקלי' איז נאך געווען גאר שטארק און גרויס, ממילא איז פונעם מידת החסד ואהבה פון אברהם אבינו ע"ה, ארויסגעקומען ישמעאל וואס ישמעאל איז בבחי' חסד לאומים חטאת די קלי' פון אהבה רעה, דערנאך איז אראפגעקומען אויף די וועלט די הייליגע גרויסע נשמה נשמת יצחק עקדתא ע"ה, און ער האט מפרסם געווען אלוקותו ית"ש מיט מסירות נפש און גבורה, אבער וויבאלד די כח הקלי' איז נאך אלס געווען שטארק, ממילא האט די קלי' געהאט אן אחיזה און עס איז ארויסגעקומען נשמת עשו הרשע, וואס ער איז געווען בבחי' גבורה דקלי' על חרבך תחיה.
ביז עס איז נתגלה געווארן נשמת יעקב שלימתא ע"ה בחיר האבות, וואס ער איז געווען בבחי' מיטתו שלימה כולם אהובים כולם ברורים די הייליגע י"ב שבטי י-ה, און ווי חז"ל רופן טאקע אן יעקב אבינו ע"ה שופריה דיעקב כעין שופריה דאדם הראשון, און ווי מיר זעהן טאקע אז יעקב אבינו ע"ה האט מהפך געווען די קללות צו ברכות, ויתן לך האלהים מ"טל" השמים וגו', דהיינו אז ער האט צוריק ממשיך געווען די "ט"ל" אורות פון אריך אנפין, און ווי דער פסוק זאגט ורב דגן ותירש וואס דאס איז די היפך פונעם קללה בזיעת אפך תאכל לחם, ומשמני הארץ איז אקעגן די קללה פון וקץ ודרדר תצמיח לך, און די עיקר פגם אדה"ר איז געקומען דורכדעם וואס חוה האט איהם דערלאנגט צו טועם זיין האשה אשר נתתה עמדי הוא נתנה לי ואוכל, האט דא רבקה אמנו ע"ה געזאגט צו יעקב עלי קללתך בני, דהיינו אז דער עיקר קללה איז געקומען דורכן אשה, און דאס האט רבקה אמנו ע"ה יעצט מתקן געווען, עתה בני שמע בקולי איז אקעגן די פגם פון כי שמעת לקול אשתך, און אזוי ווי דער עיקר פגם איז געווען דורך אן מאכל , איז דער תיקון צו דעם אויך דורך א מאכל מטעמים כאשר אהב, און אזוי ווי ביי חטא עץ הדעת האט אדה"ר פארלוירן זיין לבוש, די זעלבע זאך האט יעקב אע"ה זיך אנגעטוהן מיטן גרויסן הייליגן לבוש, און אזוי ווי דער פסוק זאגט כי "נחמד" העץ למאכל די זעלבע זאך האט יעקב אע"ה אנגעטוהן את בגדי עשו "החמודות", און טאקע דערפאר האט זיך יצחק אבינו ע"ה אנגערופן און געזאגט ראה ריח בני כריח שדה אשר ברכו הוי"ה, און ווי רש"י הק' ברענגט אז די בגדים האבן געהאט א ריח גן עדן, דהיינו אז יעקב אע"ה האט מתקן געווען בשלימות די פגם אדה"ר, ביז מען איז שוין געווען צוריק בבחי' גן עדן.
און דאס איז דער פשט וואס יצחק אבינו ע"ה האט געזאגט פאר עשו הרשע בא אחיך במרמה ויקח את ברכתך, און ווי דער תרגום זאגט בחכמת התורה, דהיינו אז דער עיקר עבודה פון יעקב איז אז דערנאך וואס מען איז שוין זוכה צו כתר תורה און כתר תפילה, דארף מען זיך מחזק זיין מיטן עבודה בבחי' עשו, דהיינו צו ממשיך זיין די קדושה עילאה אין אלע עניני חומרי' און גשמי' בסוד מטל השמים ומשמני הארץ וגו', און ווי דער מדרש זאגט (ילקוט שמעוני תהילים פרק מ"ב רמז תשמ"א) ויתן לך האלהים ויתן לך אלהותא, דהיינו אז יעקב אע"ה איז געבענטשט געווארן צו לעבן מיט ג-טליכקייט, אז אלעס איז בלויז אלוקות ממש, און ווי עס ווערט געברענגט אין זוה"ק (ח"ג קפ"ט.) ויבא לו יין וישת דארמי ליה מיא ביינא [אז ער האט אריינגעגאסן וואסער אין די וויין], דהיינו אז ער האט ממתיק געווען די יין דהיינו די גבורות מיט וואסער[5], און דורכן המתקה איז די וויין געווארן יין המשמח און נישט יין המשכר, וואס דאס איז דער סוד פונעם המתקה בסוד ברכת הנותן לשכוי בינה (שעה"כ דרושי ברכת השחר), דהיינו ממתיק צו זיין די דינים פון ב"ן דב"ן, וואס דאס איז דער עיקר ענין פונעם השראת השכינה ואור הנבואה.
הערות שוליים
רעדאַקטירן- ↑ ווייל אור ווערט נשפע פון השי"ת, ווייל מדרך הטוב להטיב וואס דאס איז בבחי' חסד, משא"כ דין איז בבחי' צימצום והסתלקות המוחין, און אזוי אויך די נשמה פונעם מענטש כלפי זיין גוף, איז די נשמה בבחי' אור, ווייל אינעם נשמה איז קלאר מיט בהירות די התגלות האלוקות, משא"כ די גוף איז בבחי' צימצום, ווייל אינעם גוף איז פאראן א הסתר פנים פון צו אנערקענען די בנהירות האלוקות. ודו"ק.
- ↑ און ווי שוין מבאר געווען וואס צדיקים זי"ע האבן געזאגט אז סוד השמחה הוא המתקת הדינים, ווייל אינו דומה א גביר וואס האט גליקלעך לעבן הגם ער איז זייער צופרידן איז ער אבער שוין צוגעוואוינט צו דאס סארט לעבן, משא"כ איינער וואס איז געווען עני ואביון, און א קראנקער מענטש, און איז געווען אין תפיסה, און פלוצלונג גייט ארויס לחירות, און ווערט אן עושר און היילט זיך פון אלע זיינע מכאובים, אזא איינער איז דאך אמת'דיק מורא'דיק בשמחה, ווייל סוד השמחה הוא המתקת הדינים, און אזוי אויך ווען מען איז זוכה צו באלייכטן דעם גוף [בחי' דין] מיטן אור האמיתי אור הנשמה [בחי' אור], איז דאס די גרעסטע שמחה. ודו"ק.
- ↑ אור החוזר מיינט מען כדוג' ווען די זון גייט אראפ און עס ווערט טונקל, איז אין דער ערשטער שטיקל צייט פאראן א געוויסע שיין פונעם זון אויפן האריזאנט, וואס עס שיינט נאך פונעם אור חוזר פונעם זון, און אזוי אויך פארטאגס איידער די זון קומט צו גיין שיינט שוין אן אור חוזר פונעם אור החמה. וואס דאס איז די בחי' פונעם אור וואס שיינט שוין פאר א יעדע הייליקע זמן קומט צו גיין אזוי ווי שבת קודש און יו"ט.
- ↑ דהיינו די אלע אותי' פון די ד' שמות הק' ע"ב, ס"ג, מ"ה, ב"ן, באטרעפט ל"ט.
- ↑ יין איז די בחי' פון דין, ווייל איז רויט בחי' גבורה, און אזוי אויך איז וויין משכר וואס א שיכור איז בבחי' בינה, משא"כ מים איז בבחי' חסד בסוד חכמה ביטול גמור, און דאס איז די המתקת הדינים, וואס דינים זענען בבחי' שם ב"ן, וואס ב"ן איז בבחי' מלכות בבחי' עולם העשיה, וואס אינעם עולם העשיה איז דער מקום הדינים, און די בחי' פון ב"ן דב"ן, היינו דער חלק הדין פונעם דין, כידוע אז אין יעדע שם איז אויך פאראן חלקים פון חסדים, אבער ב"ן דב"ן איז בבחי' מלכות דמלכות, עשיה דעשיה. און דערפאר זאגן מיר די ברכה יעדן צופרי כידוע אז דער ערשטער חלק נאכט הייסט ליל, ווייל דינים זענען גרויס, אבער נאך חצות הייסט דאס לילה, ווייל עס איז שוין נמתק געווארן די דינים, און ווי עס ווערט אנגערופן ב"ן דמ"ה, און אזוי אויך די וויין ווען מען איז דאס ממתיק איז דאס בבחי' משמח. און הגם שמחה איז בבחי' בינה, איז דאס אבער בסוד גבורות ממותוקת.