דע חכמה לנפשך קבלה ויחי תשס"ז

צוריק צו דע חכמה לנפשך קבלה בלעטל


דא"ח רעוא דרעוין פרשת ויחי תשס"ז פון ר' יצחק מאיר מארגנשטערן

הכנה לשובבי"ם

ויברכם ביום ההוא לאמר בך יברך ישראל ישימך אלהי"ם כאפרים וכמנשה וישם את אפרים לפני מנשה: (בראשית מ"ח, כ') לא יסור שבט מיהודה ומחוקק מבין רגליו עד כי יבוא שילה ולו יקהת עמים: (שם מ"ט, י') חכלילי עינים מיין ולבן שינים מחלב: (שם י"ב)

ופירוש רש"י. חכלילי. לשון אודם כתרגומו למי חכלילות עינים שכן דרך שותי יין עיניהם מאדימין: מחלב. מרוב חלב שיהא בארצו מרעה טוב לעדרי צאן וכן פי' המקרא אדום עינים יהא מרוב יין ולבן שינים יהא מרוב חלב:

לכאורה דארף מען צו פארשטיין וואס איז דער ענין און קשר הברכה אויף די ריבוי פון וויין מיט מילעך, צו יהודה וואס בעצם גייען זיינע ברכות ארויף אויף משיח'ס צייטן, לא יסור שבט מיהודה וגו' עד כי יבוא שילה וואס שילה איז מרמז אויף משה רעיא מהימנא קדישא דער גואל ראשון און גואל אחרון (זוה"ק ח"א כ"ה:).

דרך העבודה בבחי' ז"א הוא להיתדבק באור השי"ת בדרך שמות הק' וגוונין נהורין

א] דער ביאור הענין ע"פ דרך עבודה איז, ווי עס ווערט געברענגט אין די כתבי הרה"ק רבי צדוק הכהן מלובלין זי"ע, אז דער עיקר תכלית העבודה וואס א מענטש דארף זיך מדבק זיין אין די שמות הק', איז צוצוקומען צו זיין דבוק יומם ולילה אין די מציאות הבורא ית"ש, און ווי הרה"ק דער קאז'ניצע מגיד זי"ע האט געזאגט אז די אלע כוונות און יחודי שמות הק' איז נאר ווי א לייטער צוצוקומען זיך צו מדבק זיין אינעם אור פני מלך חיים, און ממילא איז נישט גענוג אז דער מענטש טראכט סתם שמות הק', נאר מען דארף זיך מדבק זיין אינעם אור וואס איז פארהאנען אין די שמות הק', און ווי עס ווערט געברענגט פונעם הייליגן בעש"ט זי"ע די ווערטער פונעם הייליגן רמב"ן (פר' נח אות נ"ז), אז עס איז געגעבן געווארן רשות פארן מענטש אז בשעת'ן דאווענען קען מען זיך מצייר זיין כאילו, די אור השי"ת ב"ה וב"ש נעמט איהם ארום און עס איז איז בבחי' גוונין דנהורין די גאנצע מציאות, און אודאי איז אויך אזוי בשעת מען ליינט קרי"ש בשעת מען איז מקבל אויף זיך עול מלכות שמים באמת ובשלימות, און דאס איז דער פשט פונעם זוה"ק (זוה"ק ח"ג רצ"ב.), אז דער ז"א [זעיר אנפין] איז מקושר און מאוחד מיטן בחי' פון עתיקא קדישא, דהיינו אז דער עבודה בבחי' זעיר אנפין וואס כידוע איז דער עיקר בחי' פון ז"א די ערשטע דריי ספי' חסד גבורה תפארת[1], און די עבודה בבחי' זעיר אנפין איז די עבודה פון זיך מדבק זיין און מקשר זיין מיטן מראות האלוקי בבחי' גוונין דלא מיתחזיין, דהיינו אז מען איז בכלל נישט עוסק אין די עצם גשמי'דיגע בריאה, נאר מען איז דבוק א גאנצע צייט אינעם אור העליון די אור האלוקי, נאר אין די עבודה איז פארהאנען פארשידענע דרכי העבודה, דהיינו עס איז פארהאנען די עבודה פונעם דביקות אין מידת החסד, וואס דעמאלס איז די עבודה פון מעורר זיין די גוון לבן, און מידת גבורה איז די בחי' פון גוון אדום, און מידת תפארת איז די בחי' פון גוון ירוק, און באמת איז אין יעדע ווארט תורה תפילה פארהאנען שמות הק', און צדיקי אמת האבן שטענדיג געלעבט מיט די דביקות האמיתי, און אין יעדן ווארט תורה תפילה האבן זיי זיך מדבק געווען אין די שמות הק' בבחי' גוונין נהורין, און אפי' אין עניני גשמי' איז זייער גאנצע עסק געווען נאר מיטן דביקות האמיתי אינעם אור מציאות האלוקות.

וזה מדרגת האהבה בבחי' כתר דהיינו שכולו הפך להיות אלוקות ממש לאשתאבא בגופא דמלכא

און ווי רבינו הרה"ק הבעש"ט זי"ע האט געזאגט אז דער מענטש דארף צוקומען צו די מדרגה, אז יעדע מחשבה דיבור מעשה ביי איהם זאל זיין א גאנצע עבודה פון יחודי שמות הק', וואס בעצם די שמות הק' פאר זיך זענען בבחי' אותי', און די אור וואס ווערט נמשך אין זיי איז פונעם אור פני מלך חיים די אור אין סוף, און ממילא טוהט די דביקות אין זיי צוברענגן דעם מענטש, אז די גאנצע מציאות ווערט איין שטיק אלוקות ממש, ביז דער מענטש ווערט ממש איין שטיק מציאות אלוקות און ווי עס ווערט געברענגט אין זוה"ק אז מען איז זוכה צו ווערן ממש נכלל אינעם גופא דמלכא קדישא (זוה"ק ויחי רי"ז:), און דאס איז דער עיקר תענוג און שעשוע פון א איד, און ווי עס ווערט געברענגט אז די דביקות פון כלל ישראל מיט השי"ת איז בסוד הפסוק עיניך יונים, דהיינו אז אזוי ווי טויבעלעך ווערן זאט און אנגעפוהלט מיט תענוג דורכן קוקען איינער צום צווייטן, אזוי אויך איז דער גרעסטער תענוג פון א איד צו זיין דבוק אינעם מאציל העליון מיטן ראיה האלוקות, און ווי הרה"ק דער בעל התניא זי"ע איז מבאר (ספר התניא פרק ט' י"ד מ' מ"ו אגה"ק י"ח), אז עס איז פארהאנען דריי אופני אהבה, א' אהבת עולם בחי' בינה ב' אהבה רבה בחי' חכמה ג' אהבה בתענוגים בסוד כתר, און דאס איז דער בחי' פון אהבה בתענוגים, דהיינו אז דער מענטש איז איין שטיק תענוג עליון און תענוג אמיתי, פונעם דביקות וראיה האלוקות אין יעדע רגע, און דאס איז די עבודה תמידית, זיך צו מדבק זיין אין די ווערטער פון תורה ותפילה און זיך מדבק זיין אין די שמות הק' וואס איז מרומז אין יעדע ווארט, און ממילא איז השי"ת משפיע און מגלה די גרויסע אור פונעם שם הק', וואס די אור ווערט דאך נשפע פון די העכסטע מקורות, און ממילא קען דער מענטש ביי יעדע דבר שבקדושה מעורר זיין אויף זיך ביתר שאת ויתר עוז די אור השי"ת, ביז ער ווערט ווי א שיכור פוהל מיט השתוקקות וכיסופון צום בורא ית"ש.

העבודה על שמירת העיניים והקדושה

ב] דארף מען אבער וויסן וואס דער פסוק זאגט ויוסף ישית ידו על עיניך וגו', דהיינו אז אויב מען וויל זיך מדבק זיין און זוכה זיין צו די מדרגה פונעם ראיה האלוקי, צו זעהן שטענדיג נאר אלוקות אין יעדע זאך, דארף מען קודם כל האבן ריינע אויגעלעך בקדושת יוסף הצדיק, און די אלע צדיקי אמת וואס האבן זוכה געווען צו די מדרגה, האבן זיי קודם כל געהארעוועט אויף צו אפהיטן די הייליגע אויגעלעך, און נישט נאר פון א דבר איסור רח"ל מאן דכר שמיה, נאר אפי' נישט צו קוקן אויף די פשוט'ע וועלט און מעיין זיין אין די הבלי עולם הזה, וואס דאס איז מטמטם דאס מוח פון צו זעהן די מראות האלוקי, און אפי' מען איז אנגעפוהלט מיט תורה ועבודה טאמער אבער איז מען נישט ריין מיט די אויגן, קען מען נישט צוקומען צו אן אמת'ע אור האלוקי, ווי דער פסוק זאגט עיני הוי"ה אל יראיו, דהיינו אז ווען דער מענטש איז אן אמת'ע ירא שמים בקדושה וטהרה דעמאלס קען מען זוכה זיין צו עיני הוי"ה און צו ראיה האלוקי.

עבודת ימי השובבי"ם בבחי' קרי"ש שעל המיטה

און בפרט אז מיר שטייען שוין גאהר גאהר נאנט צו די הייליגע מורא'דיגע ימי השובבי"ם, די גרויסע ימי רחמים והתשובה, דארף מען זעהן זיך צו מדבק זיין אין די עבודה פון חכלילי עינים מיין דהיינו זיך צו מדבק זיין אין די עבודה פון יוסף הצדיק און שמירת הברית והעיניים, אז די גאנצע ראיה פון די אויגן פונעם מענטש זאל זיין נאר א ראיה אלוקי, וואס דאס איז אויך די עבודה פון קרי"ש שעל המיטה, וואס מיט די קרי"ש שעל המיטה איז מען מתקן אלע פגמים און שווערע מצבים פונעם מענטש, און ווי מען זאגט די פסוק בידך אפקיד רוחי וגו', וואס דאס איז מרמז אויפן מצב פונעם מענטש וואס ער איז אויסגעמיטשעט פון זיין גאנצע טאג מיט אלע צימצומים וואס זענען אדורך אויף איהם, וואס דאס ווערט אנגערופן בבחי' חיזו דהאי עלמא, דארף מען זיך דעמאלס אינגאנצן מפקיר זיין און מבטל זיין צו דער ריכטיגע אור העליון, וואס דאס איז דער סוד פון ולבן שיניים מחלב דהיינו די אור לובן העליון, און דאס איז דער גרעסטע תיקון אויף די אלע פגמים, צו אריינשיינען די גרויסע אור הבלתי גבול אין די אלע צימצומי הבריאה וואס איז בבחי' גבול.

העבודה בבחי' נה"י בבחי' גוונין דמיתחזיין וסוד אפרים ומנשה

ג] און די גרויסע מדרגה הנ"ל איז בבחי' חג"ת, דהיינו די העכערע און עיקר טייל פון ז"א וואס איז בסוד גוונין דלא מיתחזיין, ווייל זיי זענען מלובש מיטן פרצוף בינה, אבער די אינטערשטע טייל פונעם ז"א דהיינו נצח הוד יסוד, זענען לבר מגופא דהיינו אז זיי זענען בבחי' גוונין דמיתחזיין, וואס דאס איז מרמז אויף אונזער בריאה די עולם השפל הזה וואס די גוונין דהיינו די מראה העולם הזה ווערט געזעהן בחוש, און דער תכלית פון די עבודה בבחי' גוונין דנהורין דלא מיתחזיין, איז צוצוקומען צו די מדרגה פון צו זיין אן עובד השי"ת און מאיר זיין צו באלייכטן די עולם השפל הזה וואס איז בבחי' גוונין דמיתחזיין, און מגלה זיין אז די עצמי' מציאות הבריאה הגשמי איז אויך בלויז אלוקות מלא כל הארץ כבודו, און ווי עס ווערט געברענגט פונעם אר"י הק' זי"ע (שער הפסוקים ויחי), אויפן פסוק ויברכם ביום ההוא לאמר ישימך אלו' כאפרים וכמנשה וישם את אפרים לפני מנשה, ב'יום ה'הוא ל'אמר איז ר"ת הבל [דער ברידער פון קין], וואס משה רבינו ע"ה איז א גילגול פון נשמת הבל, און מען זעהט אז משה רבינו ע"ה האט אויך מסכים געווען מיט דעם וואס יעקב אע"ה האט מקדים געווען אפרים פאר מנשה, ווי מיר זעהן אז ביי די דגלים איז אפרים דער ראש הדגל און מנשה איז א טפל צו איהם, און אזוי איז אויך ביי קין מיט הבל אז הבל דער קלענערע ברידער איז דער עיקר, ע"כ לשון האר"י הק', און דער ביאור הענין בדרך עבודה איז כנ"ל וכידוע אז הבל איז בבחי' עולם האצילות בחי' חכמה, וואס דאס איז דער סוד העבודה בבחי' חג"ת דהיינו זיך צו מבטל זיין צום מציאות האלוקות, און זיך אינגאנצן מפשיט זיין פון די עולם השפל הזה, און דאס איז אויך בסוד בחי' אפרים בסוד כי הפרני אלוקים וגו', אבער דערנאך דארף מען צו וויסן אז מען דארף ממשיך זיין די זעלבע עבודה און די זעלבע אור האלוקי, אפי' אין די נידריגע וועלט בבחי' ובסוד נה"י בסוד גוונין דמיתחזיין, דהיינו ממשיך צו זיין די מציאות אלוקות אין די בריאה וואס איז אנגעפוהלט מיט צימצומים און חשכות וואס איז בסוד מנשה כי נשני אלו' מכל עמלי.

עבודת ראובן בבחי' קין בסוד הנה"י

און דאס איז בעצם די עבודה פון ראובן וואס איז בסוד נשמת קין, און ווי עס ווערט געברענגט פונעם אר"י הק' זי"ע (שם) אויפן פסוק בני בכורי אתה [ברכת ראובן], אז דער פסוק זאגט ביי די פרשה פון קין כי שבעתים יק"ם קין, יק"ם איז ר"ת י'תרו ק'רח מ'צרי, דהיינו אז דער נפש פון קין איז נתגלגל געווארן אינעם מצרי וואס משה רבינו ע"ה האט איהם גע'הרג'ט און באערדיגט אין ערד [מידה כנגד מידה וואס קין האט געטוהן צו הבל], און דער רוח פון קין איז נתגלגל געווארן אין קורח, און זיין נשמה אין יתרו דער שווער פון משה רבינו ע"ה, אבער דאס איז נאר געווען ביים סוף אבער אין אמת'ן האט השי"ת געזאגט פאר קין הלא אם תיטיב שאת, דהיינו אז אויב ער וועט זוכה זיין וועט ער נאך זיין דער אמת'ע בכור, וואס בכור איז דער לשון און בחי' פון שאת, און אזוי איז טאקע געווען אז נשמת קין איז מגולגל געווארן אין ראובן הבכור, אבער דערנאך וואס עס איז געווען די פגם פון מעשה בלהה, איז דעמאלס אפגעטוהן געווארן דער ענין הבכורה פון ראובן, און ווי יעקב אע"ה האט געזאגט בכורי אתה און באמת וואלט ער געדארפט זיין דער אמת'ע בכור בחי' קין, און ווי עס ווערט געברענגט אין זוה"ק אויפן פסוק קניתי איש את הוי"ה, אבער וויבאלד עס איז געשעהן וואס איז געשעהן, האט יעקב אע"ה געזאגט יתר שאת, וועט יתרו וואס ווערט אויך אנגערופן יתר ער וועט מוזן איבערנעמען די כח ה"שאת" דהיינו נשמת קין, ע"כ.

סדר העבודה קודם בבחי' יהודה ואפרים בבחי' חכמה ואח"כ בבחי' ראובן בסוד מנשה בבחי' ספי' כתר

והיינו אז דער עבודה פון ראובן איז די עבודה פון תשובה, וואס תשובה איז דער פשט מעלה צו זיין דער גאנצע בריאה התחתונה והשפילה, צו איהר פנימי'דיגע מקום און מגלה צו זיין אז מלא כל הארץ כבודו, און אפי' די גשמי'דיגע וועלט איז בפנימי' אויך נאר אלוקות ממש, אבער די עבודה פון ראובן קען נאר צוגיין נאכן עבודה וואס א איד האט זיך משלים געווען בבחי' יהודה בחי' מלך ישראל, וואס דאס איז די עבודה בבחי' חכמה ועולם האצילות בסוד אפרים, וואס אפרים האט זיך אויפגעהאדעוועט ביי יעקב אע"ה און זיך מעמיק געווען אינעם תורה הק', וואס דאס איז די בחי' פון זיך מדבק זיין אינעם מציאות אלוקות, און בכלל נישט מכיר זיין אינעם גשמי'דיגע בריאה, נאר זיין בטל ומבוטל צום אור האלוקי במנוחה ושלוה בסוד חכמה, וואס דאס איז דער סוד פון חכלילי עינים מיין וגו' דהיינו זיך מפשיט זיין פון די ראיה הגשמי, ולבן שינים מחלב און זיך מדבק זיין אינעם לובן העליון, און דאס איז טאקע דער בחי' און דער סוד פון מקדים זיין אפרים פאר מנשה כנ"ל, אבער דערנאך דארף מען זיך משלים זיין מיטן עבודה פון ראובן, און ממשיך זיין די גילוי אור האלוקות אינעם בריאה בסוד ראוב"ן, ראו מה בין בני לבן חמי דהיינו אז ער איז געווען בסוד בכור דקדושה, וואס האט מעלה געווען און באלויכטן די עצמי' הבריאה, וואס די בריאה און די עולם הזה איז בסוד שם ב"ן [שם ב"ן הוא נגד עולם העשיה] מלשון ראו מה בין "בני", האט ער דאס באלויכטן מיטן כח עבודת התשובה מיטן אור האלוקות, און בעצם איז די מדרגה פוהל העכער, ווייל די מדרגה איז בבחי' כתר וואס אינעם ספי' כתר איז באהאלטן די יסוד פון ספי' מלכות דהיינו די נידריגסטע ספי', דהיינו אז דורכן דביקות אין ספי' כתר קומט מען אן צו א גרויסע מורא'דיגע התגלות האלוקות, ביז מען ווערט אין די בחי' אז מען קען אראפגיין און מגלה זיין די אור האלוקות אין די נידריגסטע מקומות, און אדרבה ווי טיפער און נידריגער די מקום איז, און דארטן ווערט נתגלה די אור השי"ת, איז דאס א פוהל פוהל א גרעסערע התגלות האלוקות.

עבודת ימי השובבי"ם בתשובה ותיקונים והתמדת התורה"ק ובפרט נגלות התורה

ד] און דערפאר האבן צדיקים זי"ע אסאך פארפירט מאריך צו זיין מיט די עבודה פון וידויים, און בפרט אין די הייליגע ימי השובבי"ם די גרויסע זמן תיקון ותשובה שובו בנים שובבים, און הגם בשעת מען איז זיך מתודה רעכנט מען אויס געוויסע חטאים און עבירות חמורות רח"ל וואס לכאו' האבן זיי נישט קיין שייכות מיטן מענטש, און דערפאר טוהען זיך מענטשן אפהאלטן פון די גרויסע ענינים און תיקונים, דארף מען אבער צו וויסן, אז יעדער חטא עוון ופשע קומט דורך א געוויסע תשוקה וואס דער מענטש האט געהאט, און בעצם איז דער פנימי'דיגע תשוקה נאר א צימאון וואס א געוויסע ניצוץ קדוש וואס געפונט זיך אין איהר און איז זיך משתוקק צו השי"ת, נאר דער מענטש פאלט אדורך און איז נישט מעלה די ניצוץ קדוש, און דערפאר איז דער תיקון התשובה זיך צו אריינטוהן אינעם עבודת האהבה בתענוגים כנ"ל, דהיינו ממשיך צו זיין די אור האלוקי אינעם שפלות'דיגע בריאה, וואס איינע פון די עבודות איז זיך צו מקשר זיין מיטן שורש השרשים בקדושת נשמת ישראל, און אזוי מיטן התקשרות הנשמות זיך מדבק זיין אינעם אור העליון [בסוד יהודה ואפרים], און מגלה זיין די אור האלוקי אין אונזער בריאה בבחי' עשיה שבעשיה [בסוד ראובן ומנשה], און די עבודה איז דורכן עבודת התיקונים און בפרט דורכן עבודת אמירת קריאת שמע שעל המיטה, וואס דער עיקר עבודה איז מגלה זיין מיט מסירות נפש און קבלת עול מלכות שמים אויף די אלע צימצומי הבריאה און חשכיות און בילבולים, וגם מזה אל תנח ידך דהיינו די עבודה פון תיקונים, און וועהר רעדט נאך טאמער עס איז פארהאן א ציבור אידן וואס נעמען זיך צוזאמען אפרעכטן א תיקון, זאל מען ח"ו נישט זיין קיין פורש מן הציבור, נאר אדרבה מען זאל אפי' מוסיף זיין זיך צו מתודה זיין מיט תשובה שלימה אפי' ביחידות, ווייל א מענטש ווייסט דאך נישט וואס יעדע חטא מיינט, ווייל יעדער איינער כלפי זיין גדלות קען זיין אז אפי' א קלייניקייט הייסט שוין אויך א פגם, און ווען דער מענטש איז זיך מתודה איז ער מבטל די חלק החיצוני' פונעם חטא, און ממילא ווערט נתגלה די אור הפנימי פונעם חטא וכנ"ל אז דאס איז א תשוקה פון א ניצוץ קדוש, און דערפאר זאגן אונז חז"ל הק' אז במקום שבעלי תשובה עומדין אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד, ווייל דער צדיק מעיקרא איז זייער גרויס אבער ער איז אן עובד השי"ת בבחי' חכמה בבחי' חג"ת בסוד יהודה ואפרים והבל, מיט אן התבטלות גמורה צום חי החיים, אבער דער בעל תשובה וואס איז אן עובד השי"ת בבחי' ראובן ומנשה וקין, ער איז בבחי' כתר ווייל ער איז מגלה די מציאות השי"ת אין די ניריגסטע מקומות, דורכדעם וואס ער איז זיך מחזק און ער הייבט זיך אינטער פון זיין שפל המצב, ממילא ווערט דאך די מקום ריין און הייליג, און דאס איז דער אור פון משיח צדקנו בסוד משה רבינו ע"ה גואל ראשון וגואל אחרון, וואס משיח איז בבחי' כתר וואס דעמאלס וועט טאקע זיין ומלאה הארץ דעה את הוי"ה עד שיכלו כל הנשמות שבגוף, און הגם בשנים קדמוניות פלעגן זיך ערליכע אידן פירן זיך צו מסגף זיין אין די הייליגע טעג מיט תעניות וכדו', האט שוין דער הייליגע בעש"ט זי"ע מתקן געווען אז מען זאל דער עיקר זיך מדבק זיין אינעם עבודת התפילה והתשובה, און ווי דער רבי זי"ע (ליקו"מ) שרייבט אז דער עיקר העבודה אין אונזערע שוואכע דורות איז די עבודה פון תפילות ותחנונים תשובה ותיקונים, און בפרט מיטן אמירת התהילים און התמדה גדולה אין נגלות התורה הק' וואס נגלות התורה הק' איז בבחי' עבודת הנה"י בסוד ראובן ומנשה, וואס דער לשון נגלה איז בבחי' נה"י בבחי' עולם העשיה וואס איז בבחי' חיזו דמיתחזיין דהיינו אונזער וועלט, דהיינו צו מגלה זיין די אור האלוקי אין די עצמי' הבריאה, און דורכדעם טוהט מען אויפבויען גרויסע כלים צו ממשיך זיין די העכסטע אורות אין די ניריגסטע מקומות, און ווי דער פסוק זאגט ויט שכמו לסבול דהיינו אור התורה הק', וואס דער לימוד התורה"ק טאר נישט זיין כדי צוצוקומען צו א געוויסע תכלית, נאר עס דארף זיין בבחי' עול תורה אפי' עס גייט איהם שוועהר, ווייל אזוי דערנאך טוהט מען מגלה זיין גרויסע כלים צו די אור האמיתי בסוד כתר, און צוזאמען מיטן עבודת הוידויים וואס אדרבה די וידוי אליינס איז דאך בדרך כלל אויפן אופן פונעם סדר אל"ף בי"ת, וואס איז מרמז אויף די כ"ב אותי' התורה"ק וואס זענען די כלים צו אלע אורות הקדושים, וואס דער גאנצע תורה הק' ווערט אנגערופן בבחי' אות ב', און בשורש איז דער גאנצע תורה הק' נכלל אין די נקודה וואס איז אינעם אות ב' (זוה"ק ח"א ט"ו:), וואס ווערט אנגערופן נקודא בהיכלא, דהיינו מגלה זיין אז די גאנצע בריאה התחתון וואס איז בבחי' היכל וואס איז פוהל מיט צימצומים און חשכיות, זאל זיין דבוק אינעם נקודה הפנימית דהיינו דער סוד האמונה בסוד שמע ישראל וגו', וואס דאס איז דער אור לובן העליון וואס מען דארף דאס מגלה זיין יעדער איינער אין זיין מדרגה, און מגלה זיין אז אלע צימצומים זענען בעצם כלים אויפן אור השי"ת וואס דארף נתגלה ווערן אין איהר בבחי' מאנא בעיגולא (זוה"ק חלק ב' מ"ב), וואס דאס איז דער סוד ולב"ן שינים מחלב דהיינו די ל"ב נ'תיבות החכמה, מגלה צו זיין די אור אינעם ד' דאחד [בבחי' מלכות דלית לה מגרמה כלום בבחי' דלה ועניה] דהיינו אינעם גרעסטן צימצום בסוד יקוו המים אל מקום אחד (זוה"ק ח"אי"ב.).

זאל השי"ת אונז העלפן אז מיר זאלן זוכה זיין זיך צו משתתף זיין מיט די אלע אידן וואס זענען זיך מעורר אין די הייליגע טעג מיט תשובה שלימה באמת און מען זאל זוכה זיין צו די אור פון קרי"ש שעל המיטה א גאנצן טאג זיךצו מתבונן זיין באור יחוד הבורא ית"ש און דורכדעם וועט מען מתקן זיין די גאנצע חיצוני' החטאים און אזוי דערנאך וועט מען מגלה זיין די אור פון משה רבינו ע"ה בבחי' משיח שילה דא משה (זןה"ק ח"א כ"ה:) וואס איז מקשר ביידע עבודות וואס דאס איז דער סוד פון די פסוקים תורה צוה לנו משה וגו' ותמונת הוי"ה יביט דהיינו מקשר זיין ביידע עבודות סיי בבחי' חכמה בסוד ותמונת הוי"ה יביט און סיי בבחי' כתר בבחי' נגלות התורה בסוד תורה צוה לנו משה מורשה וגו' ואין ישראל נגאלים אלא בזכות התשובה זאלן מיר שוין זוכה זיין צו עין בעין יראו בשוב הוי"ה ציון בביאת גואל צדק ברחמים במהרה בימנו ממש אמן.


הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. כידוע אז די ערשטע דריי ספירות פונעם פרצוף זעיר אנפין איז באהאלטן אינטערן פרצוף וואס איז העכערן זעיר אנפין דהיינו ספי' בינה, משא"כ די ספי' נצח הוד יסוד ווערן אנגערופן לבר מגופא, ווייל די ספי' זענען אויפגעדעקט וואס איז מרומז אויף דער וועלט בחי' ספי' התחתונים. וד"ל.