דע חכמה לנפשך קבלה בא תשס"ז
דע חכמה לנפשך קבלה בא תשס"ז - - דע חכמה לנפשך קבלה בא תשס"ז המשך - - צוריק צו דע חכמה לנפשך קבלה בלעטל
דא"ח רעוא דרעוין פרשת בא תשס"ז פון ר' יצחק מאיר מארגנשטערן
ט"ו בשבט
ויאמר ה' אל משה בא אל פרעה כי אני הכבדתי את לבו ואת לב עבדיו למען שיתי אותתי אלה בקרבו: (שמות י', א')
עס איז ידוע וואס דער רמב"ן מיט נאך אסאך ראשונים פרעגן וואס איז פשט, אז מען זעהט נישט אז השי"ת האט געזאגט צו משה רבינו ע"ה, וואס ער זאל גיין זאגן און אנווארענען פרעה הרשע, נאר השי"ת האט איהם געזאגט בא אל פרעה וגו', און דערנאך שטייט אין פסוק אז משה רבינו און אהרן הכהן ע"ה זענען געקומען צו פרעה און איהם אנגעווארנט אויף מכת ארבה, כה אמר הוי"ה וגו' הנני מביא מחר ארבה בגבולך וגו'.
א] עס איז באקאנט אז דאס וואס כלל ישראל איז געווען אין מצרים, וואס מצרים ווערט אנגערופן ערות הארץ דהיינו די ערגסטע מקום וואס איז געווען אינעם בריאה איז געווען מצרים, איז פארוואס דייקא דארט האבן די אידן זיך געמוזט געפונען, נאר דער ביאור הענין איז, ווייל די מצריים ווערן בעצם אנגערופן בכור דקלי', און ווי מיר זעהן אז זייער עבודה זרה איז געווען מיטן טלה וואס מזל טלה איז די בכור המזלות, וכידוע אז דער בכור איז מרמז אויפן מחשבה וואס מחשבה איז אויך די ערשטע חלק אינעם מענטש, און ממילא ווערט די גלות מצרים אנגערופן גלות הדעת, צו מרמז זיין אז די כח המחשבה איז געווען אין גלות, און טאקע דערפאר האט השי"ת גענומען כלל ישראל, וואס זענען בבחי' בכור דקדושה בסוד הפסוק בני בכורי ישראל, און זיי האבן געדארפט מכניע זיין די בכור דקלי', און ווי מיר זעהן אז מען האט דייקא געדארפט מקריב זיין פאר א קרבן פסח א טלה, צו מכניע זיין אלע קלי' און מעלה זיין אלע ניצוה"ק וואס זענען געווען אין מצרים, און ווי דער פסוק זאגט אז ביי יציאת מצרים איז געווען די בחי' פון וינצלו בני ישראל את מצרים.
און די עבודה איז א שטענדיגע עבודה ווי דער פסוק זאגט למכה מצרים בבכוריהם כי "לעולם" חסדו, ווייל כסדר ווען א איד נעמט זיך צו דינען השי"ת מיטן גאנצן הארצן, קומט זיך אן די בכור הקלי' דהיינו קלי' מצרים, און איז מבלבל דעם מענטש מיטן פארדרייען די אלע מחשבות און רצונות, און דורך די אלע בילבולים פראבירן זיי אריינצוברענגן אינעם מענטש יאוש געדאנקען, אז ער איז נישט ראוי צו די גרויסע עבודות, והא ראיה וויבאלד ער איז דאך אנגעפוהלט מיט בילבולי המח, דארף מען אבער צו וויסן אז דאס איז דער שטן ווי דער פסוק זאגט לפתח חטאת רובץ, דאס איז דער בכור הקלי' וואס ווי נאר דער מענטש נעמט זיך און "הייבט" אן צו טוהן זיין עבודה, באלד ריקט זיך אינטער די בכור הקלי' און "הייבט" איהם אן אריינצוברענגן אינעם עולם היאוש, און בפרט ווען דער מענטש וויל זיך נעמען צו זיך מדבק זיין אין די רזי דרזין פונעם תורה הק', וואס כידוע איז דאס דער עיקר תורה וואס וועט ברענגן די גאולה שלימה בקרוב, דעמאלס טוהט זיך דער שטן אריינלייגן מיט אלע כוחות צו צושטערן די אלע אורות וואס דער מענטש וויל מגלה זיין, כידוע אז אינעם תורה"ק איז פארהאן פיהר חלקים פ'שט ר'מז ד'רוש ס'וד פרד"ס, און אין יעדע חלק פון זיי איז אויך פארהאן א פרד"ס פרטי, און דער חלק הסוד שבסוד ווערט אנגערופן תורה רזי דרזין תורה דעתיקא סתימאה, דהיינו די תורה"ק וואס וועט נתגלה ווערן ווען עס וועט מקיום ווערן די פסוק ומלאה הארץ דעה את הוי"ה (עמק המלך שער ה' פרק ע"ב), אבער כידוע אז פאר משיח צדקנו וועט נתגלה ווערן, וועט שוין אנהייבן צו שיינען מיט אן אור חוזר די אור התורה דעתיקא סתימאה[1], אבער די חלק התורה איז בבחי' ראשית בבחי' בכורה דהיינו די העכסטע חלק התורה הק', און ממילא פארלייגט זיך דער שטן מיט אלע כוחות אפצוהאלטן אידן פון זיך מדבק זיין אין איהר, און ווי מיר זעהן אין סיפורי מעשיות (מעשה ג'), אז דער חכם האט געזאגט צו זיינע קינדער אז דער עיקר ארבעט וואס זיי זאלן שטענדיג טוהן, איז צו באוואסערן די ביימער, און דאס זאל זיין זייער עיקר פרנסה, דהיינו אז הגם מען דארף זיך מדבק זיין אין אלע חלקי התורה"ק, דארף מען אבער צו וויסן אז דער עיקר איז צו זיין דבוק אינעם חי החיים פרי עץ חיים אינעם נחל העליון, דהיינו אין די חלק התורה רזי דרזין וואס דורך די אור התורה, ווערט די גאנצע רע נתהפך לטובה ולקדושה אינגאנצן, ווי עס ווערט געברענגט (ליקו"מ י"ג) אז לעת"ל וואס דער פסוק זאגט אז עס וועט זיין ומלאה הארץ דעה את הוי"ה, מיינט מען אז עס וועט זיין א בהירות הדעת עכ"כ אז וגרה הזאב עם השה [עס וועלן וואוינען דער וואלף צוזאמען מיטן שעפעלע] , דהיינו אז עס וועט נישט זיין קיין שום ענין פון פירוד אדער בילבול אדער מחלוקת, ווייל דעמאלס וועט אינגאנצן נתגלה ווערן די תורה רזי דרזין.
און דער עבודה דארף צו זיין, מעורר צו זיין בחי' ראשית דקדושה, וכנ"ל אז דער עיקר העבודה איז מגלה צו זיין די בחי' הבכורה, וואס דערפאר איז מצרים דער עיקר מיצר פאר כ"י ווייל זיי זענען בבחי' בכור דקלי', און טאקע להבדיל אלף אלפי הבדלות כ"י איז בבחי' בכור דקדושה, און דערפאר איז דער עיקר העבודה פון כ"י מגלה צו זיין רזי דרזין פונעם תורה"ק ווייל דאס איז דער בחי' פון תורה חדשה מאיתי תצא בחי' בכורה, וואס דאס וועט זיין בהתגלות ביאת משיח צדקנו וואס משיח צדקנו איז בבחי' בכור בסוד כתר [די העכסטע ספי'], און די עיקר העבודה פונעם שטן איז דייקא ביים אנהייבן דינען השי"ת בבחי' כל התחלות קשות, וואס דער אנהייב איז בבחי' בכורה, און ביים אנהייב דעמאלס טוהט ער איהם אריינברענגען פוהל מיט בילבולי המח, וואס דער מענטש פאלט אריין אין א יאוש און ער וויל אפלאזן זיין גאנצע עבודה ח"ו, דארף מען זיך אין די צייט מחזק זיין און מדבק זיין אויך אין די בחי' פון בכורה, דהיינו מעורר זיין די אלע פריעדיגע [בחי' בכור - די ערשטע] חסדים און טובות ניסים ונפלאות, וואס השי"ת האט מיט אונז געטוהן מיום היותנו לגוי, פון די ערשטע מינוט וואס דער בריאה שטייט און בפרט זייט כלל ישראל שטייט, וואס בכל יום ויום עומדים עלינו לכלותינו והקב"ה מצילנו מידם, על ניסך שבכל יום ויום ועל נפלאותיך שבכל עת, און ממילא מיטן מעורר זיין די מחשבה [וואס איז מרמז אויף ראשית], און מיטן מעורר זיין די מחשבה אויף עניני ראשית [דהיינו די אלטע ניסים וחסדים פון השי"ת], טוהט מען מיט דעם זיך שלאגן אקעגן דעם יצה"ר דער שטן, און מען איז זיך מחזק אקעגן איהם מיט א שטארקייט, אז טאמער השי"ת האט שוין געהאלפן כלל ישראל אין די שווערסטע מצבים, הן ברוחני' טאקע אין מצרים ווען כ"י איז געווען אין די מ"ט שערי טומאה, און הן בגשמי' אין אלע דורות בכלל ובפרט, איז דען מעגליך צו טראכטן בכלל אז היד הוי"ה תקצר, עס איז קלאר און זיכער אז די אלע בילבולים זענען בלויז בחיצוני' פונעם יצה"ר, אבער אין אמת'ן הבא לטהר מסייעין אותו און עס איז זיכער פארהאנן א גרויסע סייעתא דשמיא פאר יעדעם איינעם באזונדער, און דאס איז וואס עס ווערט געברענגט פונעם הייליגן רמב"ן, אז השי"ת האט זיך באוויזן צו משה רעיא מהימנא קדישא מיטן נאמען אקי"ק אשר אקי"ק, ווייל השי"ת האט מיט דעם געטוהן מרמז זיין משה רבינו ע"ה, אז דער עיקר כח המלחמה אקעגן די קלי' מצרים וואס איז באקרוינט צו זיין די בכור הקלי', איז מיט דעם וואס דער מענטש איז מעורר די בחי' מחשבה [מחשבה בחי' בכורה כנ"ל], און דער בחי' מחשבה הראשונה [ראשונה בחי' בכור], אז מען איז ברור בתכלית הבהירות אז פונקט אזוי ווי השי"ת האט געהאלפן כלל ישראל אין די שווערסטע צייטן, וואס מיר האבן נישט קיין השגה וואס דאס טייטשט אז אין איין מינוט זענען זיי ארויס פון מ"ט שערי טומאה ביז נו"ן שערי קדושה, פונקט אזוי אל יעזבנו ואל יטשנו נאר השי"ת וועט מיר זיכער העלפן יעצט אויך, און מיר אויפהייבן העכער און העכער[2].
און דאס איז דער פשט אז ווען השי"ת האט געשיקט משה רבינו ע"ה צו מתרה זיין מכת ארבה, וואס כידוע זענען די לעצטע דריי מכות מרמז אויף די ספי' הק' בינה חכמה כתר דהיינו די ג"ר [ג' ראשין], וואס יעדע מכה איז דאך געווען בחי' נגוף ורפא דהיינו צו צוברעכן די קלי' און צו אויפהייבן די כח הקדושה, האט השי"ת געוואלט ווייזן פאר משה רבינו ע"ה וואס איז בחי' נשמת כלל ישראל, גואל ראשון און גואל אחרון, אז ווען א איד וויל זיך אויפהייבן און אריינגיין דינען השי"ת במוחין עילאין, וואס דורכדעם וועט ער צוקומען דערנאך צו דינען השי"ת און מגלה זיין די חלק התורה רזי דרזין בסוד כתר, דארף ער צו וויסן אז מען דארף זיין גרייט אויפן בחי' פון בא אל פרעה, כידוע וואס די מפרשים זענען מדייק וואס איז דער פשט בא אל פרעה עס וואלט געדארפט שטיין לך אל פרעה, נאר דער ביאור הענין איז אז ווען א מענטש גייט אריין אינעם עבודת השי"ת, דארף ער זיין גרייט אז אפי' ער וועט זיין אין די מצב פון בא אל פרעה, דהיינו אז ער וועט פוהלן כאילו ער איז אריין מיט אלע זיינע כוחות הקדושה אין די קלי' פרעה, וואס פרע"ה איז בבחי' פ"ה ר"ע דהיינו בחי' מיתה, וכידוע אז פה איז בסוד מלכות (פתח אליהו), וואס מלכות איז מרמז אויפן עולם העשיה כידוע[3], און דער מענטש פיהלט ווי זיין גאנצע עצמי' זיין גאנצע ישות איז בבחי' רע בחי' מיתה, און ער איז אראפגעפאלן אלע זיינע מדרגות, און נאכמעהר ער זעהט נישט און ווייסט נישט קיין שום דיבור פון השי"ת, וואס ער דארף צו זאגן פאר פרעה הרשע, השי"ת האט איהם נאר געזאגט קום צו פרעה, אבער השי"ת האט איהם נישט געזאגט וואס צו רעדן צו דער רשע, און אזוי איז אויך מיטן עובד השי"ת וואס ער ווייסט נישט און פיהלט נישט וואס זיין תכלית איז און וואס ער דארף צו טוהן אויף די וועלט, אבער משה רעיא מהימנא קדישא משה שפיר קא אמרת, מען דערשרעקט זיך נישט נאר מען גייט ווייטער אן מען גייט צו פרעה אפי' מען ווייסט נישט וואס מען דארף זאגן צו איהם, נאר מען ווייסט אז דאס האט מיר השי"ת געהייסן, וועט השי"ת איהם זיכער העלפן עד הנה עזרונו רחמיך וגו' ואל יטשנו וגו', און אזוי דארף מען אנצוגיין עד יעבור עמך הוי"ה, דהיינו ביז מען וועט אינגאנצן ארויסקריכן פון די הענט פונעם שטן, און מען וועט זוכה זיין צום התגלות האמיתי פון די תורה דעתיקא סתימאה בסוד עולמך תראה בחייך און ומלאה הארץ דעה את וגו'.
און דאס איז דער ענין פון ביעור חמץ, און די מצוה פון אכילת מצה, כידוע וואס עס שטייט אינעם זוה"ק אז משה רבינו ע"ה האט מורא געהאט פונעם תנין הגדול דהיינו דער שטן דער יצה"ר, וכידוע אז חמץ איז מרמז אויפן שטן דער שאור שבעיסה מי מעכב שאור שבעיסה מעכב, און דער חילוק צווישן חמץ און מצה איז בסך הכל א נקודה קטנה וואס איז אינעם אות ה', און ווי עס ווערט געברענגט פונעם אר"י הק' איז דאס דער סוד פון חלל [אות ח' אנשטאט אות ה' דהיינו די חלל וואס איז אינעם אות ה'] בסוד הפסוק כי ימצא חלל באדמה [פרשת עגלה ערופה], דהיינו אז דער וואס וויל זיך מדבק זיין אין די אור המצה דהיינו אין די מיכלא דמהימנותא, און ממשיך זיין די אור התגלות האמונה הבהירה בסוד תורה דעתיקא, דארף צו וויסן אז עס גייט איהם נישט אן אין וואספארא מצב ער מיינט אז ער איז, און אפי' ער זאל זיין בבחי' חלל על פני האדמה דהיינו בבחי' מיתה, זאל עס איהם נישט צוברעכן אפי' אויף א רגע כמימרא, נאר מען דארף זיך אביסל מדבק זיין אין די דרכים פונעם הייליגן תנא רבי אליעזר בן הורקנוס, וואס חז"ל הק' זאגן אז עס איז ארויסגעקומען פון זיין מויל א ריח רע בשעת זיין יגיעת התורה, וואס דאס איז די בחי' כנ"ל פון פ"ה ר"ע בחי' פרע"ה, און נאר אזוי אז מען איז זיך אינגאנצן מבטל מיט אלע הרגשים און מוחין, נאר אזוי קען מען צוקומען צו די ריכטיגע בהירות הדעת והמוחין, און אזוי קען מען דערנאך ממשיך זיין די אמת'ע מוחין עילאין בסוד ג' מכות האחרונות, און ווערן בבחי' הלל [דאנקען] אנשטאט חלל, דורכדעם וואס דער מענטש פארלאזט זיך אינגאנצן אויף השי"ת בסוד אקי"ק אשר אקי"ק, און ווי חז"ל זאגן ומשחרי ימצאונני דהיינו אז דורך די תקופה וואס איז בבחי' חושך, קען מען דערנאך דורך שמחה און ביטחון טרעפן השי"ת בבחי' מוחין עילאין.
הערות שוליים
רעדאַקטירן- ↑ אור חוזר מיינט מען כדוג' אזוי ווי פאר עס איז דער נץ החמה, איז שוין פאראן א געוויסע אור פונעם זין, בבחי' אור חוזר.
- ↑ און אזוי ווי עס ווערט געברענגט פונעם אר"י הק' כל המרבה לספר הרי זה משובח, דהיינו אז ער ווערט משובח מיט חסדים, מכח די השפעה פון זיך מדבק זיין בבחי' בכור דקדושה בסוד אהי"ה אשר אהי"ה.
- ↑ דהיינו אז די כללות העולמות זענען איינגעטיילט אין די ה' פרצופים, עולם אדם קדמון בחי' כתר, עולם האצילות בחי' חכמה, עולם הבריאה בחי' בינה, עולם היצירה בחי' ז"א, עולם העשיה בחי' מלכות, וואס מלכות איז מרמז אויפן גילוי האלוקות בפועל ממש, וואס דאס איז אין אונזער וועלט.